בלאט 1 פון 1
די רענדום פאנקשן
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:23 pm
דורך מייקראסאפט
Random האט עס עפעס א חשבון וואסערע נומבער ער געט מיר? אין בכלל איז עס יוזפול ווען ניצט מען דאס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:46 pm
דורך היימישער איד
יא עס האט א סיסטעם וויזוי ער גיט די נומער. איך האב גענוצט רענדאם צו מאכן א אינקריפשען. עס קען צוניץ קומען אויך אויף אנדערע ענינים, יעדע מאל מען ברויך א אנדערע נומער סתם אין די וועלט אריין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:52 pm
דורך בחורהזעצער
מען נוצט עס אמאל ווען מען וויל מאכן א איידי נאמבער סתם אין די וועלט אריין אן קיין סיסטעם, און פאר גורלות איז עס אויך זייער געאייגנט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 6:12 pm
דורך תרגום יונתן
די נומערן זענען פרעדיקטעבל, דעריבער איז עס נישט גוט צו ניצן פאר ריכטיגע ענקריפשאן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 4:46 pm
דורך פאטאקי08
איז שייך צי באקומען די זעלבע נומער צוויי מאל?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 5:05 pm
דורך משנה מקום
דיין קשיא איז צי זיי קענען געבען צוויי מאל די זעלבע נומבער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 5:20 pm
דורך משנה מקום
היימישער איד האט געשריבן:יא עס האט א סיסטעם וויזוי ער גיט די נומער. איך האב גענוצט רענדאם צו מאכן א אינקריפשען. עס קען צוניץ קומען אויך אויף אנדערע ענינים, יעדע מאל מען ברויך א אנדערע נומער סתם אין די וועלט אריין.
פאר איקריפשען איז דא א System.Security.Cryptography.RandomNumberGenerator קלעס ווייל מייקראסאפאט זאגט אז מען זאל נישט נוצען רענדאם ווייל סהאט א חשבון ווי אזוי סגעט די נומבער
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 6:07 pm
דורך פאטאקי08
משנה מקום האט געשריבן:דיין קשיא איז צי זיי קענען געבען צוויי מאל די זעלבע נומבער?
יא
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 6:18 pm
דורך משנה מקום
פאטאקי08 האט געשריבן:משנה מקום האט געשריבן:דיין קשיא איז צי זיי קענען געבען צוויי מאל די זעלבע נומבער?
יא
זיכער ווי קלענער די רעינדש אלס גרעסער די טשענס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2012 7:36 pm
דורך ארבעטער
א GUID איז גאראנטיט ביי מייקראסאפט אז עס איז Unique
- קאוד:
New System.Guid
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2012 8:28 pm
דורך פאטאקי08
שלום עליכם אייך
א גרויסן ישר כח!!
פארעפענטליכט: שבת יולי 21, 2012 9:53 pm
דורך תרגום יונתן
ארבעטער האט געשריבן:א GUID איז גאראנטיט ביי מייקראסאפט אז עס איז Unique
- קאוד:
New System.Guid
למען הפונקטליכקייט, ס'האט מיט מייקראסאפט קנאפ צוטאן. ס'איז אן אינטערנאציאנאלער סטאנדארט פון דער ISO ארגעניזאציע, און איז א שפלינטער פון דעם UUID פארמאט. מער פון
וויקיפידיע