בלאט 1 פון 1

ado.net

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:05 pm
דורך בלעקבערי פען
מייקראסאפט האט געמאכט אסאך פראגראמען
און ווי באקאנט האבען זיי אויך געמאכט סי שארפ און סיקוועל סערווער .

און ווען עס קימט צו צוזאמ שטעלען די ביידע איז עס א שווערע מסכתא. און מייקראסאפט האט טאקע דאס איינגעזען. האבען זיי טאקע ארויס געגעבען ענטעטי פרעים ווארק (איך ווייס נישט וואס דאס איז. אבער אויף אזוי פיל ווייס איך אז דאס דארף ) צו מאכען עס גרינגער. מען זאל זיך נישט דארפען לערנען סיקוועל.

און אמאל פלעגט מען זיך קענעקטען גלייך צום דעטא בעיס פון די אפפליקעשיאן. אבער היינט גייט עס דוירעך דעטא סעט וכו'
יעצט וויל איך פארשטיין וואס איז די מעלה דערפון. און ווי קען מען זיך לערנען די יסודות דערפון

אויב איינער האט געדולט צו לייגען סעמפעל קויד וועל אים זייער דאנקבאר זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:08 pm
דורך ירוחם
פארוואס איז די קעפל ado.net? וואלט עס ווען נישט געדארפט זיין "ענטעטי פרעים ווארק"?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:16 pm
דורך משנה מקום
ווי ווייט איך ווייס איז איידעטעטי פרעימווארק עפעס אנדערש די ריכטיגע איז ado.net

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:47 pm
דורך בלעקבערי פען
איך מיין אז עס ארבעיט אינטער ado.net

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:09 pm
דורך ירוחם

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:19 pm
דורך ארבעטער
דא האסטו פון ווי בי פאר OLEDB, אויב עס וועט דיר העלפן.

די אויפטו פון דעטע סעט איז, אז עס ברענגט די דעטע לאקאל אין מעמארי און מען דארף נישט יעדעס מאל עקסטער שפרינגען צום דעטעבעיס, וואס עס האט אסאך מעלות, למשל מען קען מאכן אראפ שיקן אסאך טשעינדשעס צו די דעטעבעיס מיט איין update סטעיטמענט

קאוד:
Dim ConnectionString As String = "Provider=SQLOLEDB;Data Source=ArbeterServer;Integrated Security=SSPI;Initial Catalog=ArbeterDataBase"
Public Shared Connection As OleDb.OleDbConnection = New OleDb.OleDbConnection(ConnectionString)
Connection.Open()
Dim SelectSql As String = "Select Customer, Name1 From Customer "
Dim WhereSql As String = "Where Customer + Name1 Like '%" & CoFilter_Txt.Text & "%' "
Dim SortSql As String = "Order By PhoneNumber"

Dim Adapter As OleDb.OleDbDataAdapter
Adapter = New OleDb.OleDbDataAdapter(SelectSql & WhereSql & SortSql, Connection)
Connection.Close()
Dim DataSet As DataSet = New DataSet
Adapter.Fill(DataSet, "CoList")

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:14 pm
דורך aperlscript
דא האסטו מייקראסאפט פרעימווארק
ווי אויך קענסטו דארט זען ADO פאר סי # ASP אין ווי בי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:21 pm
דורך ארבעטער
דעס איז net framework. , עס האט גארנישט מיט דעטע הענדעלינג

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:35 am
דורך פאטאקי08
what about linq?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:49 am
דורך תרגום יונתן
א שטיקל צעמישעניש הערשט דא.

ס'איז דא דעטעבעיסעס און ס'איז דא פראגרעמינג שפראכן\פלאטפארמעס. אז א שפראך זאל קענען רעדן צו א דאטאבעיס דארף דאס פארשטיין דעם דעטעבעיס' פראטאקאל. פארדעם איז דא דעטעבעיס דרייווערס. אבער מען קען דאך נישט אזויפיל צייט אוועקגעבן צו מאכן אלע שפראכן זאלן זיך פארשטיין מיט אלע דרייווערס פון אלע דעטעבעיסעס, האט מען געמאכט סטאנדארטן אדער APIs צו קענען רעדן צו די דעטעבעיסעס. OLEDB איז איינס פון מייקראוסאפט, ODBC איז א צווייטע פון דער טעכנאלאגישער וועלט.

למשל, Sql Server, MySql, Oracle, זענען דריי גרויסע דעטעבעיס סיסטעמס, יעדע פאר זיך האט א באזונדערע פראטאקאל (נישט אויסמישן מיט'ן שפראך SQL וואס מען נוצט צו מאכן זוכענישן אינעם דעטעבעיס, וואס דאס איז אויך אביסל אנדערש איינער פון דעם צווייטן) וויאזוי מען רעדט דערצו. .NET, C++, Delphi, זענען פראגרעמינג שפראכן וואס דארפן זיך אפט קאנעקטן צו א דעטעבעיס סיסטעם. אנשטאט מען זאל דארפן דעוועלאפן דעטעבעיס דרווייערס פאר יעדע שפראך צו יעדע דאטאבעיס, איז דא א Common API, אדער OLEDB, אדער ODBC אד"ג.

אין .NET הייסט די אפטיילונג פונעם פלאטפארם וואס געט זיך אפ מיט דעטעבעיסעס, ADO.NET. אלע .NET באזירטע פראגראמען וואס ווילן רעדן צו דעטעבעיסעס טוען דאס דורך דעם באשטאנדטייל פונעם פרעימווארק. אריינגערעכנט אין ADO.NET איז דא נאך חלקים וואס מאכט ארבעטן מיט דאטא גרינגער, למשל, דעטעסעטס, טשעינדזש הענדלינג אא"וו.

Linq to Sql און Entity Framework זענען רעוואלוציענערישע אויפטרעפונגען פון מייקראוסאפט, און זענען א חלק פונעם .NET פרעימווארק, וואס טוען נאכמער פארגרינגערן דאס צאמשמעלצן דעם צווישנשייד פון פראגרעמינג שפראך\דאטאבעיס סיסטעם. וויבאלד די רעדע איז פון דאטא, איז עס א חלק פון ADO.NET. עס איז באזירט אויף אן ערפינדונג וואס הייסט Linq וואס איז צוגעלייגט צום .NET פרעימווארק אינעם דריטן ווערסיע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:03 am
דורך ארבעטער
So OLEDB is a part of ADO.net? Or it's 2 seperate ways how to connect?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:15 am
דורך תרגום יונתן
ADO.NET האט אין זיך א דרייווער וואס רעדט די OLEDB פראטאקאל, אונטער די נעימספעיס System.Data.OleDb (אויך א דרייווער פאר די ODBC פראטאקאל, און פאר Sql Server).

ווען א .NET פראגראם וויל רעדן צו א דעטעבעיס דורך OLEDB, וועט עס גיין דורך דעם דרייווער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:31 am
דורך משנה מקום
תרגום יונתן האט געשריבן:
Linq to Sql און Entity Framework זענען רעוואלוציענערישע אויפטרעפונגען פון מייקראוסאפט, און זענען א חלק פונעם .NET פרעימווארק, וואס טוען נאכמער פארגרינגערן דאס צאמשמעלצן דעם צווישנשייד פון פראגרעמינג שפראך\דאטאבעיס סיסטעם. וויבאלד די רעדע איז פון דאטא, איז עס א חלק פון ADO.NET. עס איז באזירט אויף אן ערפינדונג וואס הייסט Linq וואס איז צוגעלייגט צום .NET פרעימווארק אינעם דריטן ווערסיע.

איך האב פארשטאנען אז די מעלה פון linq איז די רעדען צו collections אזוי ווי מען רעט צו א דעטעבעיס דהיינו sql

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
דורך בלעקבערי פען
שקויעך תרגום פאר'ען אריין קימען און אביסעל קלאר מאכען די זאך

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:42 am
דורך היימישער איד
תרגום יונתן האט געשריבן:א שטיקל צעמישעניש הערשט דא.

א גרויסע צעמישעניש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:49 am
דורך בלעקבערי פען
איז אפשר קען די איינער ביטע קלאר מאכען
אדער צו ווייזען צו א ביך \ סייט וואס איז אויסגעשטעלט פאר ביגינערס

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:46 pm
דורך היימישער איד
דאס איז איינע פון די סייט'ס וואס גיבן א פירוש חי וויזוי צו אנהייבן נוצן ענטעטי פרעימווארק.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:06 pm
דורך תרגום יונתן
ער איז גאר גוט מסביר Linq to Sql וואס איז אפשר אביסעלע גרינגער פאר א גרינער אין דעם פעלד.
http://weblogs.asp.net/scottgu/archive/ ... art-1.aspx

משנה מקום האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז די מעלה פון linq איז די רעדען צו collections אזוי ווי מען רעט צו א דעטעבעיס דהיינו sql

Linq באשטייט אינ'אמת'ן פון עטליכע חלקים און אפעקטירט א גרויס חלק פון די פרעימווארק און וויאזוי מען ארבעט דערמיט. עטליכע פון די חלקים זענען , Object Initialization, Automatic Properties, Partial Methods, Extension Methods, און Lambda Expressions.

דאס פארגרינגערען צו האנדלן מיט קאלעקשאנס איז מערסטנס צו פארדאנקען Extension Methods (די Expressions אין דעם פאל זענען למעשה Anonymous Functions וואס איז שוין געווען אין ווערסיע 2).

משא"כ Linq to Sql און אלע אנדערע וואס נעמען די געשריבענע קאוד און טראנסלעיטן דאס צו א דעטעבעיס שפארך, ווי SQL, דאס ניצט שוין יא מערערע חלקים פון די נייע Linq אויפטרעף, בעיקר איז די קונץ די Lambda Expressions וואס ערלויבט צו נעמען קאוד פון איין שפראך (C# למשל) און דאס איבערטייטשן צו א צווייטע שפראך (SQL למשל).