Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס איז דאס א ליטערעל?

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:32 pm

איז שייך און א פאר קוירצע ווערטער צו מסביר זיין וואס א LITERAL איז ??

און וואס ער טוט אנדריש היות ער איז א ליטערעל
לעצט פאראכטן דורך בלעקבערי פען אום דאנערשטאג מרץ 01, 2012 3:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:47 pm

נאך א תירוץ האט איינער אפשר ?

אזוי קיקט אויס ווען די אחראים טוישען ארום א אשכול ....

איך וואלט געהאלטען אז עס איז נישט מער ווי יושר אז ווען די אחראים טושען ארום און מיין נאמען זאלען זיי מיר לאזען וויסען
אזוי קען איך כאטש געבען א בליק זעכער מאכען אז עס קיקט אויס נארמאל
לעצט פאראכטן דורך בלעקבערי פען אום דאנערשטאג מרץ 01, 2012 3:44 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:04 pm

די לויפסט צו שנעל פאר מיר... איך האלט נאכנישט ביי רעכענען.

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:09 pm

לויט ווי איך האב עס פארשטאנען איז א literal א זאך וואס טוישט דעם variable, דער literal טוישט זיך נישט, נאר די variable טוישט זיך.

עפעס אזוי, ס'איז נאר terminology

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:21 pm

איך ווייס נישט פון וועלכע שפראך דו רעדסט, אבער אין רוב שפראכן איז א ליטעראל א שטיקל אינפארמאציע וואס ווערט קאמפיילד אריין אין די קואד. למשל:
קאוד:
var number = 1234;
var myname = "targim";

אין די פאל וועט 'נומבער' און 'מיינעים' זיין וועריעבלס, און '1234' און 'targim' וועט זיין ליטעראלן, וויבאלד עס ווערט ממשות'דיג אריינגעטייפט אין די קואד.

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:25 pm

איך רעד פון Java

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:28 pm

אין דזשאווא איז עס אויך אזוי, די אפטייטש דערפון איז אז דאס וואס דו שרייבסט אריין אין די קאוד, "ליטעראלי" דאס וועט זיין אין די וועריעבל.

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 5:47 pm

בלעקבערי פען האט געשריבן:איז שייך און א פאר קוירצע ווערטער צו מסביר זיין וואס א LITERAL איז ??

און וואס ער טוט אנדריש היות ער איז א ליטערעל


א literal מיינט א ספעציפישע זאך, לענינינו א עפעל. לאידך גיסא א variable מיינט אז מען מאכט א קאסטען פאר א חפץ, אן object, יעצט איז עס אן עפעל, שפעטער איז עס א באנאנע, און נאכדעם גאר א האמער אדער א מענטש.

דער אויפטו פון אבדזעקט אריענטעד פראגרעמינג איז אזוי ווי מען האט שוין פריער געזאגט אז אנשטאטס צו שרייבען א קאמפיוטער פראגראם צו טוהן א ספעציפישע זאך, שרייבט מען א פראגרעם און דער abstract, וואס דאס מיינט דא "נישט ספעציפיש", און מען קען עס איבער נוצען אויף וואס מען וויל, ווען מען וויל, און פאר וועם מען וויל.

http://en.wikipedia.org/wiki/Literal_(c ... rogramming)

פאר עס איז געווען אבדזעקט אריענטעד פראגרעמינג האט מען געטוהן top down programing, וואס מיינט מען האט אנגעהויבען פון אלף (טוה דאס), נאכדעם בית (טוה דאס נאכאמאל), גימל (טוה יענס), וכו' און דער קאמפיוטער האט אויסגעפירט דער פראגראם דורך עס ליינען שורה ביי שורה פון אויבען אראפ.

שפעטער א ביסעל איז איינעם איינגעפאלען אז צו וואס דארף מען נאכאמאל און נאכאמאל שרייבען דער זעלבער זאך (copy-paste איז נאך נישט באשאפען געווארען), איז נישט בעסער צו מאכען א function (א subroutine) וואס זאל טוהן א געוויסע פעולה, און מען וועט רופען דער function מיט א ליסטע פון פרטים (parameters or arguments) וואס צו טוהן, איז דארף מען שוין מער נישט איבער שרייבען דער תוכן פונעם function יעדען מאל מען דארף עס (אזוי ווי מען האט געטוהן ביז יעצט), נאר מען וועט רופען א function מיט "ספעציפישע" פרטים, און דער function וועט שוין וויסען וואס צו טוהן לויט אירע אינסטרוקציעס.

און אנדערע ווערטער (וואס יעדער פארשטייט), אויב מען דארף א קארפענטער (א סטאלער) וועט מען נישט דארפען יעדעס מאל שרייבען פון דאס ניי דער גאנצער מגילה וואס דער קארפנטער זאל טוהן, נאר מען וועט עס מהיום והלאה נאר איין מאל שרייבען, און שיקען די אטריביוטס (פרטים) ווי למשל ווי לאנג, ווי ברייט, ווי הויעך, און וואס פארע סארט האלץ, און די איבעריגע ספעציפישע פרטים, און דער זעלבע קארפענטער פונקציע וועט טוהן איר פעולה ווען נאר מען וויל, און וויאזוי מען וויל דענמאלץ.

שפעטער נאך דעם איינפאל, איז איינעם איינגעפאלען אז צו וואס דארף מען בכלל שרייבען אפילו וואס ספעציפישע functions זאלען טוהן, און שרייבען אזוי פיל functions (איינס א קארפענטער, איינס א פלומבער, איינס א מעכאניק וכו'), אנשטאטס דעם זאל מען שרייבען אבדזעקט אריענטעד קאודינג, דאס מיינט אז דער פראגראם איז אבדזעקט אריענטירט און נישט ספעציפיש, און דער זעלבער פונקציע איז יעצט א קארפענטער, שפעטער איז ער אן עלעקטרישען וכו'.

פון דעם איז נולד געווארען object oriented programming וואס האט איין גענומען דער וועלט, ביליאנען שורות פון קאוד וואס טויזענטער מענטשען האבען געבראכען קאפ פאר יארען, קען היינט א מומחה אדער א גרופע פון מומחים שרייבען און געציילטע טעג. מען דארף מער נישט רי-אינווענטען the wheel נאכאמאל און נאכאמאל, כמעט אלעס איז גרייט, מען דארף עס נאר צוזאמען שטעלען.

נאכען שיקען "סענד", זעה איך אז דער אשכול איז נישט פאר די וואס האבען נישט קיין אנונג און פראגקראמינג, נאר פאר די וואס ווייסען יא. אבער כ'האב עס שוין געשריבען איז א שאד עס ארויס צו ווארפען. איינער וואס ווייסט נישט צופיל וועט עפעס פון דעם געוואויר ווערען.

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 6:37 pm

שקויעך מיסטער ספאסמען פאר די רייכע שטיקל היסטאריע, זייער שיין באשריבן!

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 7:36 pm

DotCom האט געשריבן:שקויעך מיסטער ספאסמען פאר די רייכע שטיקל היסטאריע, זייער שיין באשריבן!

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 9:33 pm

leiby האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:שקויעך מיסטער ספאסמען פאר די רייכע שטיקל היסטאריע, זייער שיין באשריבן!

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 9:51 pm

thefact האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:שקויעך מיסטער ספאסמען פאר די רייכע שטיקל היסטאריע, זייער שיין באשריבן!

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 10:03 pm

יישר כח הרב ספוזמאן פאר די רייכע ביאור, קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז procedural?

פרייטאג פבואר 10, 2012 10:27 am

leiby האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:שקויעך מיסטער ספאסמען פאר די רייכע שטיקל היסטאריע, זייער שיין באשריבן!

פרייטאג פבואר 10, 2012 1:10 pm

בחורהזעצער האט געשריבן:יישר כח הרב ספוזמאן פאר די רייכע ביאור, קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז procedural?


יישר כוחכם אייך אלע, עס איז מיין פלעזור. דארט ווי מען קען, איז פארוואס זאל מען נישט מסביר זיין. מיין טיטשער אויף דעם (א תלמיד חכם) פלעגט זאגען אז א תוספות איז א סאך שווערער.

דער תשובה ליגט און דער פאלגענדע צוויי וויקיפעדיע ארטיקלען איינס אויף procedural programing וואס ווערט אויך אנגערופען structured programming, ווייל עס גייט כסדרם. דאס הייסט עס גייט מיט א סדר top down ווי אויבען געברענגט. דער צווייטער ארטיקעל איז אויף subroutines וואס איז דער נקודה הפנימית אויף וואס object oriented programming איז געבויעט, עס ווערט נישט געטוהן כסדרם, נאר ווען מען וויל, און איז דער היפך פון procedural programing.

http://en.wikipedia.org/wiki/Procedural_programming
http://en.wikipedia.org/wiki/Subroutine

דא איז דער תמצית פון צוויי פאראגראפען פון דער ערשטער ארטיקעל מיט אן בערך'דיגע איבערזעצונג און מאמע לשון. (דער וואס גוט אויף און מיינט אז ער פארשטייט נישט זאל ביטע קוקען אויף די לעצטע צוויי שורות פון דער תגובה און bold. אויב ער פארשטייט עס האט ער אלעס געכאפט. און אויב מען כאפט נישט איז אויך נישט געפערליך, אפשר וועט איינער פון אונזערע חבירים דא עס קענען גוט אראפ לייגען.

Procedural programming can also refer (as in this article) to a programming paradigm, derived from structured programming, based upon the concept of the procedure call. Procedures, also known as routines, subroutines, methods, or functions, simply contain a series of computational steps to be carried out. Any given procedure might be called at any point during a program's execution, including by other procedures or itself.

איבערזעצונג:
פרוצעדורישע פראגראמינג איז א פראגראמינג paradigm (דאס מיינט א pattern or model) וואס נעמט זיך פון structured programing, וואס איז געבויעט אויף דער יסוד פון רופען א procedure (פרוצעדור). Procedures (אדער ווי מען רופט עס אויך routines, subroutines, methods, or functions), איז צוזאם געשטעלט פון א ליסטע פון סטעפס (באפעלען-commands) וואס די קאמפיוטער זאל טוהן. יעדער procedure קען מען רופען (צו טוהן איר פעולה), ווען מען וויל בשעת דער פראגראם לויפט, עס קען אויך גערופען ווערען פון אנדערע procedures, אדער אפילו פון דער אייגענע procedure זעלבסט.

Comparison with object-oriented programming

The focus of procedural programming is to break down a programming task into a collection of variables, data structures, and subroutines, whereas in object-oriented programming it is to break down a programming task into data types (classes) that associate behavior (methods) with data (members or attributes). The most important distinction is whereas procedural programming uses procedures to operate on data structures, object-oriented programming bundles the two together so an "object", which is an instance of a class, operates on its "own" data structure.

איבערזעצונג:
דער focus פון procedural programming איז כדי אראפ צו ברעכען דער תפקיד פון א פראגראם און א צוזאמען שטעל פון (data-types (classes, וואס שטעלט צוזאם דער אויפ-פירעכטס (methods), מיט (פרטים) data members or attributes

דער וויכטיגסטער חילוק (צווישען די צוויי programming techniques), איז אז procedural programming נוצט procedures צו ארבעטען אויף data structures, אבער לאידך גיסא object-oriented programming מאכט פון ביידע איינס, אז אן object (וואס איז אן instance of a class) וועט ארבעטען אויף איר אייגענע data structure.
--------------------------
דער פאלגענדע גוט צו פארשטיין subroutines, עס איז נישט שווער אזוי שווער צו פארשטיין ווי דער פריערדיגע אויב מען קען א ביסעל ענגליש.

In computer science, a subroutine (also known as a procedure, function, routine, method, or subprogram) is a portion of code within a larger program that performs a specific task and is relatively independent of the remaining code.

As the name "subprogram" suggests, a subroutine behaves in much the same way as a computer program that is used as one step in a larger program or another subprogram. A subroutine is often coded so that it can be started ("called") several times and/or from several places during a single execution of the program, including from other subroutines, and then branch back (return) to the next instruction after the "call" once the subroutine's task is done.

Subroutines are a powerful programming tool, and the syntax of many programming languages includes support for writing and using them. Judicious use of subroutines (for example, through the structured programming approach) will often substantially reduce the cost of developing and maintaining a large program, while increasing its quality and reliability.

Subroutines, often collected into libraries, are an important mechanism for sharing and trading software. The discipline of object-oriented programming is based on objects and methods (which are subroutines attached to these objects or object classes).

דינסטאג פבואר 21, 2012 3:40 pm

בלעקבערי פען האט געשריבן:איז שייך און א פאר קוירצע ווערטער צו מסביר זיין וואס א LITERAL איז ??

און וואס ער טוט אנדריש היות ער איז א ליטערעל

דא האב איך געטראפען א גיטע וועב סייט וואס העלפ ארויס מיט רעכענען
http://babbage.cs.qc.edu/courses/cs341/ieee-754.html



לויט ווי איך פארשטיי איז א ליטערעל פשט אז דאס וואס די שרייבסט גייט ווערען ארויסגעשריבען

און דאן ניצט מען די "" סימבאלס

אבער ווען מען וויל אז ער זאל עפעס אויסרעכענען און ארויסשרייבען די ס"ה דאן ניצט מען נישט די ""

דינסטאג פבואר 21, 2012 6:50 pm

מיר קוקט אויס אז א ליטערול איז די פארקערטע פון א וועריעבעל, א וועריבעל האט טאקע א נאמען אבער דאס איז נישט קיין ווירקליכע זאך, עס איז נאר געמאכט אז מען זאל אים קענען דורך דעם רופן, משא"כ א ליטערול איז אז סטרינג אדער א וועליו וואס די אותיות מיינען די גענויע אפטייטש.
בין איך גערעכט?

דינסטאג פבואר 21, 2012 6:58 pm

אבער א וועריעבעל קען מען אויך אנגעבען א באפעיל. רעכען אויס דאס פלאס יענס.
משא"כ א ליטערעל איז דא וואס איך שרייב דיר דאס שרייב ארויס

דינסטאג פבואר 21, 2012 7:14 pm

אבער ווען מ'הייסט עפעס פאר די וועריעבעל רעדט מען נישט צו זיין נאמען, נאר צו די זאך וואס ליגט אין אים וואס דאס ווערט אנגערופן ליטערול, ביידע זענען טאקע אותיות אדער נאמבערס אבער עס האט א אנדערע באדייט.

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:01 pm

דאס איז א ליטעראל
קאוד:
String a = "test";

אדער קען מען דאס שרייבען אזוי
קאוד:
String a = ("test");



און דאס איז נישט א ליטערעל

קאוד:
a = 1;
b = 1;
c = a+b;

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:04 pm

פון די לעצטע משל איז די ערשטע צוויי יא ליטורעל'ס, אבער די דריטע היות עס איז נישט קיין ווירקליכע זאך, עס איז סך הכל א צוזאמשטעל פון צוויי זאכן הייסט עס נישט קיין ליטורעל, א ליטורעל הייסט א פיקסד סטרינג אדער וועליא. קוק דא.

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:05 pm

בחורהזעצער האט געשריבן:פון די לעצטע משל איז די ערשטע צוויי יא ליטורעל'ס, אבער די דריטע היות עס איז נישט קיין ווירקליכע זאך, עס איז סך הכל א צוזאמשטעל פון צוויי זאכן הייסט עס נישט קיין ליטורעל, א ליטורעל הייסט א פיקסד סטרינג אדער וועליא. קוק דא.

גאר גיט ארויס געברענגט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 8:21 pm

בשנים קדמוניות נאך איידער עס איז באשאפן געווארן דער באגריף קאמפיוטער'ס איז די ווארט ליטערל גענוצט געווארן אלס א סלענג (דזשארגאן) פאר די ווארט "בוך פעלער" = "טעות הדפוס" ="Misprint".

איז ווען א מענטש מיט שכל זעט א טעות הדפוס וועט ער נאך אלס לייענען אדער כאטש פרובירן צו ליינען די ריכטיגע וועג.

אצינד לאמיר זאגן איינער זעט א ווארט אין מהרש"א וואס דאכט זיך אים לעניית דעתו אז ס'איז א טעות אבער למעשה איז ער זיך טועה ווייל ער האט נישט יורד געווען לסוף דעתו פונעם מחבר זאגט מען אים ער זאל עס לייענן מיטן ליטערל כמו שכתוב און נישט כמו שמבין.

די זאלבע זאך דער קאמפיוטער נוצט אויך דעם שכל צו לייענען פארשידענע ווערטער אבער אין א פאל וואס ווען מיר ווילן זאגן פארן קאמפיוטער ער זאל עס לייענן מיטן ליטערל כמו שכתוב און נישט כמו שמבין לייגט מען אריין די ווערטער אין א ליטערל.

אוודאי קען מען אויך שרייבן א קאנסטענט וועריבל און דער קאמפיוטער וועט עס לייענען ווי א ליטערל ווייל מען האט עס געשריבן אויף אן אופן וואס דער קאמפיוטער קען נישט מאכן קיין טעות ממילא פעלט עס נישט אויס אריינצולייגן אין א ליטערל.

און לכאורה איז ידידינו הרב בלעקבערי פען גערעכט אז די לעצטע דריי סטעיטמענטס זענען נישט קיין ליטערל כאטש פון די ערשטע צוויי וועט למעשה געליינט ווערן דורכן קאמפיוטער ליטערלי ווייל מען לייגט אריין א קאנסטענט וואליו אין די וועריעבל אבער וויבאלד מען לייגט עס נישט אריין אין א ליטערל הייסט עס נישט קיין ליטערל.

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 8:38 pm

קען זיין אין לינגוויסטיק ביסטו גערעכט, אבער מען נוצט דאס נישט אזוי, קוק דא וויאזוי עטליכע מענטשן זענען עס מסביר אזוי, חוץ אויב דו האסט פארשטאנען אז איך מיין אז די עקספרעשאן'ס גופא זאל הייסן א ליטערעל, אבער באמת האב איך געמיינט אז עסיינען 1 צו A מיינט אז דו האסט עסיינט א ליטערעל צו א וועריעבעל.

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 10:25 pm

דא רעדט מען וואס עס מיינט א ליטערל און דאס איז די טייטש פון א ליטערל

יעצט לייג צו קאפ, לגבי וואס מ'איז דארט מסביר, דארט רעדט מען נישט וואס מיינט א ליטערל נאר מען רעדט וועגן עסיינען א ליטערל צו א וועריבעל, און דאס איז אמת אז אין די סטעיטמענט האט מען עסיינט א ליטערל צו א וועריעבל אבער למעשה האט מען נישט גענוצט קיין ליטערל נאר א קאנסטענט צו עסיינען א ליטערל צו א וועריבעל.
שרייב א תגובה

Advertisement