מיטוואך פבואר 08, 2012 1:16 pm
מיט גרויס דאנק פון פאראויס פאר ווער עס גייט מיך דאס מסכיר זיין
דאס איז דאך היינט און באניץ און רוב גיטע פראגרעמינג שפראכען מילא איז דאס זייער וויכטיג צו פארשטיין
לעצט פאראכטן דורך
בלעקבערי פען אום דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
Advertisement
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:31 pm
אין אידיש:
מען מאכט אז זאך (אן אביעקט) פון יעדע שטיקעל פראגרעמינג אזוי אז מען זאל דאס קענען גרינג איבערניצן
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:10 pm
וואלט איינער אפשר געקענט געבען א משל וויאזוי עס קיקט אויס און פאקט
וויאזוי עס וואלט אויסגעקיקט אן די אבדזעקט אריענטעד שפראך און וויאזוי עס קיקט אויס מיט די שפראך
א יישר כח פון פאראויס
בכלל איז דאס א טוייש און די פראגרעם ממש אדער עס איז פשוט א טויש וויאזוי מען שרייבט דאס ?
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:15 pm
בלעקבערי פען האט געשריבן:וואלט איינער אפשר געקענט געבען א משל וויאזוי עס קיקט אויס און פאקט
וויאזוי עס וואלט אויסגעקיקט אן די אבדזעקט אריענטעד שפראך און וויאזוי עס קיקט אויס מיט די שפראך
א יישר כח פון פאראויס
גיב מיר אן עקסעמפל פון קאוד וואס די קענסט
בלעקבערי פען האט געשריבן:בכלל איז דאס א טוייש און די פראגרעם ממש אדער עס איז פשוט א טויש וויאזוי מען שרייבט דאס ?
ווענד זיך וועלכע פראגרעם די ניצט
למשל מייקראסאפט עקסעס קען מען אויך שרייבען אויף OOP וועג און מען קען שרייבען פאצעריש..
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:21 pm
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:36 pm
בלעקבערי פען האט געשריבן:מיט גרויס דאנק פון פאראויס פאר ווער עס גייט מיך דאס מסכיר זיין
דאס איז דאך היינט און באניץ און רוב גיטע פראגרעמינג שפראכען מילא איז דאס זייער וויכטיג צו פארשטיין
די וועג וויאזוי די פראגראם שפראך איז געבויט און בעיקר געבעיסט,... דהיינו, מען קען זאגן פאר'ן פראגראם צו טהון א געוויסע פעולה, למשל 'צייל אפ וויפיל עפלעך עס איז דא אויפ'ן טיש', אדער קען מען אים זאגן 'דאס איז א עפל, צייל מיר אפ וויפיל די האסט פון דעם אויפ'ן טיש', ביים ערשטן פאל ווייסט דער פראגראם נאר וואס ער דארף יעצט טהון, און האט נישט קיין אנונג וואס אן עפל איז, אויב וויל מען ער זאל עס אפציילן צוויי מאל ברויך מען אים צוויי מאל שרייבן, אויב וויל מען ער זאל אויפעסן אן עפל דארף מען שרייבן גאנץ א נייע זאך, דאס איז אין דער אלגעמיינער שפראך, ביים Object oriented שפראך שרייבט מען קודם די אביעקט, ווי למשל דער עפל, און מען שרייבט וואס מען זאל אלס טהון דערמיט, צו ציילן אדער אויפעסן.
די עיקר מעלה פון object oriented שפראך איז אז עס קומט אויס ווייניגער צו שרייבן, דאס איז אויטאמאטיש גורם ווייניגער מיסטעיק'ס, וואס מיינט, מער צייט פארדינט, ווייניגער פראבלעם'ס אינעם פראגראם, געדויערט שנעלער צו פיקסן, און א גרינגערע פייל נאכ'ן קאמפיילן, וואס מאכט עס ארבעטן שנעלער אויפ'ן קאמפיוטער, עס איז דא נאך מעלות, אזוי אויך האט די ערשטע וועג אייגענע מעלות, אבער דאס איז עס בקיצור.
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:42 pm
א ריזיגען גרויסען יישר כח
סא די עפעל וואלט געהייסען א קלאס ??
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:44 pm
בלעקבערי פען האט געשריבן:א ריזיגען גרויסען יישר כח
סא די עפעל וואלט געהייסען א קלאס ??
יעפ.
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:45 pm
DotCom האט געשריבן:בלעקבערי פען האט געשריבן:אזוי אויך האט די ערשטע וועג אייגענע מעלות,
וואסערע מעלות?
אז סאיז גרינגער צי שרייבען? יא יא ווען ער וועט דארפן מאכן א טשענדזש האט ער אבער טריפעלט ארבעט
א פוילער ארבעט דאפעלט
זייער גוט אראפגעלייגט שכח!
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 10:27 am
יישר כח דאט-קאם גוט מסביר געווען.
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:40 pm
די נאמען פונעם אשכול דארף צוריקגעטוישט ווערן צו object oriented programming, און יסודות פאר דזשאווא ברויך אן עקסטערן אשכול.
מאנטאג פבואר 20, 2012 12:42 am
אוהב חכמה האט געשריבן:בחורהזעצער האט געשריבן:איך האף אז די פראגרעמינג אשכולות וועלן איצטערט צוריק אויפלעבן, ווער קען נאך ווי אים מסביר זיין די חילוק פון ,object oriented, procedural און functional פראגראמינג?
מסביר צו זיין דאס גאנצע ענין פאדערט אסאך צייט וישוב הדעת, ואולי עוד חזון בע"ה. אבער צוערשט צוויי פשוטע כללים:
1. אויף זיך צו לערנען פראגראמינג, הייבט דייקא נישט אן מיט א שפראך וואס איז שארף גענויגט צו סיי וועלכע פון די פאראדיגמעס. אזא שפראך וועט איר לערנען ווען איר לערנט דאס פאראדיגמע זעלבסט. (צ.ב.ש. Haskell איז א וואונדערבארע שפראך, אבער לאזט דאס אויף ווען איר לערנט functional programming. הייבט בעסער אן מיט scheme אדער C אדער python).
2. Object-Oriented programming איז בכלל נישט דער גן עדן התחתון אדער cure it all וואס מאנכע ווילן אים אראפמאלן. ס'האט זיך זיין פלאץ, אבער דער פלאץ איז גאנץ ווייט פונעם מזרח וואנט. (און אויב וויל אייך איינער פארקויפן אנדערש, פרעגט אים וויפיל שפראכן ער קען, וויפיל פון זיי ער האט שוין גענוצט ממשות'דיג, וויפיל פון זיי פון אנדערע פאראדיגמעס, און וועלכע).
דינסטאג פבואר 21, 2012 2:43 pm
קודם כל ברוכים הבאים הרב אוהב חכמה, מיר האבען זיך שטארק געבענקט נאך אייך.
מיט 25 יאר צוריק, און אפילו מיט 10 יאר צוריק זענען געווען הונדערטער היימישע קאמפיוטער פראגראמערס, רובם זענען געווען Cobol פראגראמערס און די איבעריגע זענען געווען RPG פראגראמערס, (און Cope האט מען געלערענט Cobol, און און SYRIT האט מען געלערענט RPG). היינט צו טאג קען איך כמעט נישט קיין איין אמתדיגע Object Oriented programmer. אן אמתע Object Oriented programmer מיינט איינער וואס קען טוהן פון אל"ף ביז תי"ו איינער אליין א גאנצע system. און Cope האט בימים ההם געדויערט צו ווערען א פראגראמער און צוויי חדשים ביי טאג, אדער זעקס חדשים ביי נאכט (מען האט נאך אויך געלערענט Basic און Assembler). היינט צו ווערען אן אמת'ע געלונגענע Object Oriented programmer מוז מען לערנען יארען און זיין א nerd. עס לוינט זיך פשוט נישט די צייט און כח וואס מען דארף אריין לייגען און דעם צו ווערען א פשוטער ארבייטער און דער פאך, קען מען שוין פאר דער געלט ווערען א דאקטער, א לאויער, אדער אן אקאונטענט, אדער אריין גיין און Special Ed, און מאגכען א סאך מער געלט א סאך גרינגער. עס איז אן אומנות נקי' אבער נישט קלה.
דינסטאג מרץ 20, 2012 6:40 pm
SPUSMN האט געשריבן:עס איז אן אומנות נקי' אבער נישט קלה.
גראדע איך בעסמעדרעש אויפן צעטיל האב איך געזען אז סאיז א פרנסה קלה אבער נישט נקי'...
דינסטאג מרץ 20, 2012 6:44 pm
אומנות נקי' מיינט אז עס איז א white collared job, מען פארשמירט זיך נישט די הענט, און מען זיצט זיך ווי א פריץ; אבער מיט וואס איז עס קלה? מען דארף א סאך ברעכען די קאפ.
דינסטאג מרץ 20, 2012 6:51 pm
SPUSMN האט געשריבן:אומנות נקי' מיינט אז עס איז א white collared job, מען פארשמירט זיך נישט די הענט, און מען זיצט זיך ווי א פריץ; אבער מיט וואס איז עס קלה? מען דארף א סאך ברעכען די קאפ.
איך ווייס נישט צי סאיז דא נאך א דזשאב וואס איז א האבי אווי דעם
א חוץ פקודי ה' ישרים משמחי לב
מיטוואך מרץ 21, 2012 2:39 pm
אבער איין מאל מען טוהט עס פאר פרנסה ווערט עס "ארבעט". עס איז דא מענטשען וואס בויען שיפען און קארס אלץ א האבי, און זיי טוהן דאס אויף זייער וואקעשען ווייל דאס ענדזויען זיי צו טוהן, אבער דער מינוט וואס זיי דארפען עס טוהן פאר פרנסה ווערט עס שווער. דער וועלט זאגט אז פון האניג עסען קען מען אויך ווערען נמאס.
מיטוואך מרץ 21, 2012 2:44 pm
זייער אמת
אבער ווען מען הייבט אן די דזאב מיט א זאך וואס מען האט נישט ליב און נאך דערצו קומט צו אז דאס איז א ארבעט
איז עס אסאך אסאך שווערער (צומאל)
מיטוואך מרץ 21, 2012 2:49 pm
גערעכט
עס איז אלעמאל בעסער צו טוהן פאר פרנסה א זאך וואס מען האט ליעב.
אבער דער עצם מלאכה איז נישט קלה (אז עס פילט זיך כימים אחדים). זיכער נישט נאך 10-20 יאר וכו'.
מאנטאג פבואר 11, 2013 11:16 am
SPUSMN האט געשריבן:קודם כל ברוכים הבאים הרב אוהב חכמה, מיר האבען זיך שטארק געבענקט נאך אייך.
מיט 25 יאר צוריק, און אפילו מיט 10 יאר צוריק זענען געווען הונדערטער היימישע קאמפיוטער פראגראמערס, רובם זענען געווען Cobol פראגראמערס און די איבעריגע זענען געווען RPG פראגראמערס, (און Cope האט מען געלערענט Cobol, און און SYRIT האט מען געלערענט RPG). היינט צו טאג קען איך כמעט נישט קיין איין אמתדיגע Object Oriented programmer. אן אמתע Object Oriented programmer מיינט איינער וואס קען טוהן פון אל"ף ביז תי"ו איינער אליין א גאנצע system. און Cope האט בימים ההם געדויערט צו ווערען א פראגראמער און צוויי חדשים ביי טאג, אדער זעקס חדשים ביי נאכט (מען האט נאך אויך געלערענט Basic און Assembler). היינט צו ווערען אן אמת'ע געלונגענע Object Oriented programmer מוז מען לערנען יארען און זיין א nerd. עס לוינט זיך פשוט נישט די צייט און כח וואס מען דארף אריין לייגען און דעם צו ווערען א פשוטער ארבייטער און דער פאך, קען מען שוין פאר דער געלט ווערען א דאקטער, א לאויער, אדער אן אקאונטענט, אדער אריין גיין און Special Ed, און מאגכען א סאך מער געלט א סאך גרינגער. עס איז אן אומנות נקי' אבער נישט קלה.
די האלסט באמת אז עס לוינט זיך נישט צו לערנען פראגראמינג היינט? י
דינסטאג פבואר 12, 2013 8:43 pm
מ'קען מאכן שיין פון פראגרעמינג, אבער עס געשעט נישט אין איין טאג - מ'דארף עקספיריענס און אויך פארשטיין אסאך צו קאמפיוטערס בכלל. און דאס קענען געווענליך נאר די וואס האבן א געפיל צו אלץ און אלעמען ארום קאמפיוטערס.
אין אנדערע ווערטער: א מענטש מיט א געפיל צו קאמפיוטערס און פראגרעמינג האט א מיטל אנצוקומען צו פארדינען שיין. אבער בלויז האלטן דעם ענד-ציל פון געלט פאר די אויגן וועט שווער מאטיווירן א מענטש צו ווערן אן עקספערט אין דעם ליין.
(אדער און איין ווארט: אדער זענט איר א 'נערד' אדער נישט.)
דינסטאג פבואר 12, 2013 10:16 pm
וואס איז דאס א נערד? (א פינעווער?)
דינסטאג פבואר 12, 2013 10:31 pm
אזא צימישטע אשכול שוין לאנג ניש געזען.
דינסטאג פבואר 12, 2013 11:13 pm
וועכע חלק איז צומישט?
וועגן די עצם נושא מוז איך שטארק מחולק זיין מיט הרב ספוסמאן. ס'פעלט בכלל נישט אויס צו קענען אסאך שפראכן אדער זיין א 'עכטע' אבדזעקט אריענטעט פראגראמען צו מאכן א ליווענג פון דעם. און עס העלפט נישט פאר די וואס קענען יא.
וואס עס מאכט א חילוק איז אויב מען קען (בס"ד פארשטייט זיך) צושטעלן דאס וואס דער בעה"ב\קאסטומער געברויכן. אויב קען מען דאס איז מען אוקיי. א טיפיקעל בעה"ב גייט נישט אן וויפיל שפראכן די קענסט און אויב די קענסט שרייבן א אפרעטינג סיסטעם. אלעס וואס ער ערווארט איז זיינע געברויכן זאלן ערפילט ווערן. ס'גייט נאך מער פון דעם, איינער וואס קען אלע קאמפלעצירטע זאכן אבער קען זיך נישט מצמצם זיין צו מאכן די זאכן וואס ער דארף מאכן צו די זאך מיט די מינימאלע צייט און צו די זאך איז גארנישט ווערד פאר זיין בעה"ב.