בלאט 1 פון 1

פראגראמער געזוכט צו דעוועלאפן א עפפ וואס קען זיין פראפיטבאר

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 8:18 pm
דורך מי חכם
איך האב א געוויסע געדאנק פון א עפפ וואס איך וויל דעוועלאפן, און עס האט א מעגליכקייט צו ווערן גאר גאר פאפולער, דאס הייסט אז מען קען שארן לכאורה אסאך געלט דערפון.

איך מוז מקדים זיין אז איך פארשטיי 0 אין גאנצן ענין פון פראגרעמינג והמסתעף, און ממילא איז דא א הויכע ריזיקע אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו אהערשטעלן דער געדאנק, ווי אויך אז איך האב נישט קיין דאלער צו אינוועסטן דערין, מילא אויב וועט דער עוענטועלער פראגרעמער זיין אינטערעסירט זיך אריין צו לייגן דערין וועט ער מוזן דעקן די קאסטן, און אויך די זייטיגע הוצאות ווי אדווערטייזן וכדו'. איך האב סך הכל א געדאנק.

נאך עפעס, איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער אז עס איז נאכנישטא אזאנס, אבער פון א אויבערפלעכליכע סערטש אויף גוגל קוקט אזוי אויס.

אויב טראכט איר נאכאלס אז עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך, ביטע שרייבט מיר אין אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 8:58 pm
דורך לאז געמאכט
ס'וואלט געווען אונטערסאנט צו הערן ס'געדאנק וואס די טראגסט ארום. יאזעלי מאכט מען נישט קיין גרויס געלט פון 'געדאנקן' אליינס. סיידן מ'האט די ריסורסעס מיט די געלט ערויסצונעמען א פעטענד און אווענטשעלי קלאגן אין געריכט....

די טשעלענטש איז עס צו ערצייגן ריכטיג און גוט. די האסט נישט א איידיע וויזוי עס צו ערצייגן ריכטיג?! נאר א איידיע וואס די פראדוקט זאל זיין. אויב גייט עס גוט וועלן עס אפאר פירמע'ס נאכמאכן. אויב גייט עס נאך בעסער גייט עס די טעלעפאן פירמע אליינס אריינבויען...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 9:29 pm
דורך יאפין

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 10:59 pm
דורך לאז געמאכט
נישט געהערט דערפון. וויזוי גאראנטירן זיי אז ז'וועלן נישט אפווארפן די איידיע פון דעם אריינגעבער איז עס מאכן עווענטשלי אליינס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 11:13 pm
דורך עף.בי.איי.
Have them sign a confidentiality agreement before consulting

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 11:24 pm
דורך DotCom
לאז געמאכט האט געשריבן:די טשעלענטש איז עס צו ערצייגן ריכטיג און גוט. די האסט נישט א איידיע וויזוי עס צו ערצייגן ריכטיג?! נאר א איידיע וואס די פראדוקט זאל זיין. אויב גייט עס גוט וועלן עס אפאר פירמע'ס נאכמאכן. אויב גייט עס נאך בעסער גייט עס די טעלעפאן פירמע אליינס אריינבויען...


גוט געזאגט.

איידיעס איז דא אסאך, דעוועלעפער'ס איז אויך דא אסאך. גיטע עפפס איז דא ווייניג. צו מאכן געלט דארף מען זיין א גאר גיטע פראגראמער אדער אסאך אסאך מזל, אדער ביידע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 27, 2011 12:30 am
דורך DotCom
עף.בי.איי. האט געשריבן:Have them sign a confidentiality agreement before consulting


וויאזוי גייסטו קענען פראווען אז ער האט ווייאלעיטעד די עגרימענט? די ווייסט דאך ניטאמאל אין וועלכע עק וועלט יענער געפונט זיך.

בד"וו עס איז דא אן אפליקעישן פי פון עטליכע דאלער וואס מבאקומט נישט צוריק אפילו ער נעמט נישט אן דיין איידיע... דער מענטש האט זיכער בריליענט איידיעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 28, 2011 1:51 pm
דורך פאטאקי08
מי חכם
האסט עפעס געוואלט מיטן עפעען דעם אשכול?
ווייל אין אישי ענטפערסטו מיר נישט

נייע קאמפיוטער פראגרעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 8:13 pm
דורך קוקא-קולא
מיר איז איינגעפאלן א נייע פראגרעם צו ערפונדן וואס קען אסאך ארויסהעלפן טאג טעגליך קאמפיוטער באניצער.

פארשטייט זיך די ערשטע זאך בין איך געגאנגן סירטשען אויב די איידיע איז שוין דא בנמצא, נאך אסאך זיכן האב איך נאכנישט געפונן דיע איידיע.

די עיקר ציל פארוואס איך וואלט געוואלט מאכן די פראגרעם איז בעיקר ווייל ווען איך וואלט געהאט די פראגרעם וועלט עס מיר אסאך ארויסגעהאלפן, אבער אויב עס איז נאכנישט דא פארוואס דען נישט זעהן אז עס זאל צושטאנדקומן, און אפשר אויך אין די זייט מאכן אפאר דאללער?

אויב איינער האט אביסל עקספיריענץ און דיע ליין ביטע ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 9:54 pm
דורך לאז געמאכט
זאג מער פרטים ביטע. אגב שוין געווען א ענליכע אשכול אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

viewtopic.php?f=70&t=15975