בלאט 1 פון 1

וואס זענען די מעלות פון סי שארפ VS וויזשועל בעסיק ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 2:19 pm
דורך לב טוב
וועלכע לוינט זיך ענדערש צו קענען #C אדער VB ? איך ווייס אז מען קען קענען ביידע, אבער אויב איך וויל נאר לערנען איינס וועלכע זאל איך פיקן ?

מייקראסאפט האט די לעצטע פאר יאר זייער שטארק אויפגעארבעט VB אז מען דארף שוין פיל ווייניגער שרייבן קאודס און דערפאר איז עס אפשר גרינגער, אבער מאנכע פראגרעמערס זאגן אז #C איז פיל מער ADVANCED, וואס האלט דער עולם ??

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 2:34 pm
דורך thefact
סי שארפ

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 5:45 pm
דורך משנה מקום
c# is more the way to go vb.net is made more for people that have vb experience they shouldn't need to learn a whole new syntax both are using the same ,net framework and has almost the same features c# is more advanced
one thing i don't like about c# is semicolon (;) at the end of each statement

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 12:13 pm
דורך פאטאקי08
לב טוב ווענד זיך אינעם מענטשענס נאטור....
איך וואלט געזאגט אז סאיז סאך גרינגער צי לערנען וויבי ממילא וואלט איך קודם געלערנט וויבי און שפעטער ווען מען איז שוין אינעווייניג ווי מען רופט עס, סוויטשן צי סי שארפ וואס סי שארפ איז מער ענליך צי אלע לענגוויטשעס און זייער ענליך צי דזשאווא

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 12:15 pm
דורך פאטאקי08
משנה
ניץ נישט די סעמיקאולן אינגאנצען
איך שטעל מיך פאר די שרייבסט נישט אויף נאוטפעד קאוד...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 1:10 pm
דורך משנה מקום
how can you skip the semicolon without getting errors?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 1:19 pm
דורך פאטאקי08
which vs version r u using?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 1:26 pm
דורך משנה מקום
2010 express

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 10, 2011 11:13 am
דורך לאז געמאכט
מען מוז שרייבן די סעמיקאלן ביים עק. דאס איז גראדע א מעלה... (מען מוז נישט שרייבן אלעס אויף איין ליין זוי ווי וו"ב. שטאטס מאכן די אנדערסקאר ביי וו"ב מאך דא א סעמיקאלן) באט וואס א חילוק ס'איז א נער'ישקייט מען געוויינט זעך צו אין פארטיג.

בנוגע וואס עס איז ענדערש צו לערנען, עס איז שווער צו זאגן באמת וועכע צו לערנען קודם אדער נאכדעם, אבער אליבא דאמת איז די ציל 'נישט' זיך צו לערנען נאר צו האבן א דזאב יא?! סא די שפראך וואס מען גייט דארט נוצן דאס איז וואס די ווילסטעך בעיקר לערנען. געווענטליך ווייסט מען דאס נישט פון בעפאר... פארדעם וואלטיך געראטן צו לערנען סי שארפ (#C) די סיבה דערצו איז ווייל דאס ענדעלט צו זייער אסאך שפראכן. און ווען מ'קען דאס איז שוין אסאך גרינגער זיך צו צופאסן צו עפעס אנדערש.

כ'זאג עס אויך פון אייגענע ערפארונג... ווען כ'האב אנגעהויבן קלערן פון טאן אין די נושא האט מיך עמיציר רעקאמענדירט צו לערנען דייקא סי שארפ. אין די דזאב אבער וואס כ'האב אנגעהויב קורץ דערנאך ארבעט מען בעיקר נאר מיט וויסאעל בעסיק דאט נעט. ס'איז געווען זייער גרינג צו סוויטש'ן. און די קענטעניס וואס כ'פארמאג בס"ד אין סי שארפ קומט מיר צוניץ ממש כסדר. (הן אין די סעמפעל פרוייקטן וואס זענען רובם געשריבן אין סי שארפ, הן בנוגע אנדערע שפראכן וואס כ'נוץ מזמן לזמן. וכו').

דער עיקר איז מען זאל האבן אסאך סייעתא דשמי' אין וואס מ'טוט. וברכתיך 'בכל' אשר תעשה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 3:35 pm
דורך לב טוב
דרך אגב קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וואס איז די חילוק פון C#, C און ++C זענען זיי אביסל ענדליך ? שטארק ענדליך ? ערשטע צווייטע דריטע קאזנס ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 7:05 am
דורך אוהב חכמה
לב טוב האט געשריבן:דרך אגב קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וואס איז די חילוק פון C#, C און ++C זענען זיי אביסל ענדליך ? שטארק ענדליך ? ערשטע צווייטע דריטע קאזנס ?


כ'האב געשריבן א לענגערע תגובה צו ענטפערן, ס'איז אבער פארלוירן געגאנגען בשעת'ן שיקן, ברוך דיין האמת. כ'וועל שרייבן בלויז דער אויספיר.

פון די דריי, איז C דער ערשטער, שנעלסטער, און פשוט'סטער. ++C איז אויסטערליש קאמפליצירט על לא דבר, ס'כאפט א שרעק וואספארא געמויזעכץ ס'טוט זיך אפ דארט אן קיין נארמאלע סיבה, ס'איז געשריבן געווארן מיט א צוגאנג פון "אז מ'קען גיין קרום, אפשר קען מען גיין נאך קרומער"... מיט #C האט מייקראסאפט האלב נאכגעמאכט Java, פאררעכטנדיג אסאך פעלערס (און צולייגנדיג גאנץ ווייניג). ס'האט פארשידענע מאדערנע געדאנקען וואס זענען נישטא אין C, ס'איז אבער שטאטער און מער קאמפליצירט.

דער אמת איז אבער ווי הרב לאז האט געשריבן, איר קענט נישט אפמאכן צו קענען איין שפראך און דאס איז עס. די וויכטיגסטע זאך צו קוקן אפמאכנדיג וועלכע שפראך צו לערנען די ערשטע איז וועלכע איז די פשוט'סטע, ווי כ'האב פרובירט מסביר צו זיין אין דעם אשכול.
פון די דריי איז דאס C.