בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 16, 2012 3:39 pm
דורך בלעקבערי פען
עס איז געוואלדיג ב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:23 pm
דורך בחורהזעצער
אוהב חכמה האט געשריבן:מערסטע פאפולער איז דאס בכלל נישט, ס'איז די זיבעטע אויף langpop און די פינפטע אויף TIOBE . (כ'ווייס אז די צוויי סייטס זענען נישט די בעסטע ראי', אבער בעסער ווי קיין שום ראי' איז דאס).

כ'האב יעצט איבערגעקוקט ביי TIOBE, און היי יאר פארנעמען זיי שוין די דריטע פאזיציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:54 pm
דורך פאטאקי08
עס ווערט געזוכט א פראגרעמער פאר א גרויסע אידישע קאמפאני אין קרית יואל נישט פול טיים אדער פארט טיים נאר אלץ אינדעפענדבל קאנטראקטער
דארף קענען גוט מייקראסאפט עקסעס
אינטערסירטע ביטע קאנטאקטן אין אישית
גוטע געלעגענהייט פארן פאסיגען פערזאן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 11:12 pm
דורך תרגום יונתן
פאר איינער וואס הייבט זיך יעצט אן צו לערנען .NET, וואלט איך געראטן זיך צו לערנעט #C און נישט VB. אין די .NET וועלט איז #C מער אויפגעכאפט ווי VB, מען וועט זיך אנשטויסן אין מער דזשאבס וואס זוכן #C, און אויך מער קאוד אנליין איז עוועילעבל אין #C.

די עיקר סיבה פארוואס איך האלט אזוי, איז ווייל די #C סינטעקס איז זייער סימילער צו פילע אנדערע שפראכן, ווי למשל דזשאווא, דזשאוואסרקריפט, עקשאנסקריפט און נאך פילע. עס איז ווערט דאס ביסל וואס #C איז מער קאמפליצירט, אז מען זאל דערנאך קענען אויבנאויף פארשטיין נאך צענדליגער שפראכן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 10:18 pm
דורך בלעקבערי פען
וויאזוי קען מען אפהאלטען די יוזער פון אריינלייגען לעטער'ס און א טעסק באקס ?
איך וויל אז מען זאל נאר קענען אריינלייגען נאמבערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 10:29 pm
דורך היימישער איד
מיט די רעגולער טעקסט-באקס דארפסטו עס אליינס מאכן אין די קאוד. (משא"כ ביי די 3'ט פארדי קאנטראלס, למשל פון דעוועקספרעס איז דא אריינגעבויט אזא אפציע). ס'איז אבער זייער גרינג צו מאכן אליינס, טשעק ביי יעדע זאך וואס ווערט אריינגעלייגט אויב איזעס א נומער איז גוט און א נישט נעם עס ארויס.

זע דא סעמפל קאוד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 10:45 pm
דורך היימישער איד
זע בייגעלייגט א סעפמל פרוייקט וואס כ'האב געמאכט בס"ד.

1

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 1:10 pm
דורך Shiala
פאטאקי08 האט געשריבן:
kls7777 האט געשריבן:How can we get FREE access to lynda.com ? the don't offer a trial

It look pretty good the free tutorials

אן עצה איז דא
אויב דו ווייסט וועלכע סוגיא די ווילסט דיך אויסלערנען
איז זיך איינצישרייבען אויף איין חודש און ניצן א ספעציעלע טול וואס כאפט אפ סטריעם ווידיאו און רעקארד עס לאקאלי אויפן קאמפיוטער
און ווען די חודש ענדיגד זיך האסטו עס לאקאלע און קענסטו עס איבער קוקן ווען דו האסט איבעריג צייט וכדומה

דיסקלעימער איך נעם נישט קיין אחריות וועגן גניבה וכדומה

פאר דעם געלט נוץ ....... צו דאונלאודען די גאנצע זאך

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 22, 2012 2:47 pm
דורך Shiala
פאר אן אנהייב האביך אפאר ווידיאס אויף מיין דראפ באקס קאנטאקט אין אישי ווער עס וויל

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:54 pm
דורך מייקראסאפט
לערנענדיג c# האב איך געמאכט א גימטריא קאקעלעטאר ארויף געלייגט אויף דראפ באקס אדער downloed עס פין דא
א גרויסען דאנק פאר "די פאקט" פאר אזוי ארויס העלפען, יישר כח!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 1:02 pm
דורך thefact
מייק! הערליך! מ'זעהט דו האסט גרויסע פאטענשיעל!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 1:05 pm
דורך מייקראסאפט
אויב איינער האט עפעס איידיע וויאזוי בעסער צי מאכן די אויסשטעל א.ד.ג., אדער אויב איר זעהט א באג ביטע מוידיע זיין

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 1:16 pm
דורך פאטאקי08
זייער שיין ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 6:34 pm
דורך היימישער איד
ארבעט זייער פיין. קיין שום באג'לע נישט געפינן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:56 pm
דורך בחורהזעצער
זייער זייער שיין, ווען זיי האבן ווען א קאמפיוטער וואלט איך עס אינסטאלט ביי אלע רעבעס און רבנים וואס דארפן זאגן שאלעשעידעס תורה, עס וועט זיי שטארק צונוצקומען, אפשר קומט דאס טאקע און דעם נוצליכע "פרי" סאפטוועיר (אייוועלט סאפטוועיר גמ"ח) אשכול?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 04, 2013 9:00 am
דורך אנעים זמירות
מייקראסאפט האט געשריבן:לערנענדיג c# האב איך געמאכט א גימטריא קאקעלעטאר ארויף געלייגט אויף דראפ באקס אדער downloed עס פין דא
א גרויסען דאנק פאר "די פאקט" פאר אזוי ארויס העלפען, יישר כח!!


איך האב עס אויספראבירט אויף 'מייקראסאפט' - 511. האב איך אריינגעלייגט 'חכם מחכם', אבער עס האט נישט געקלעקט. צוגעלייגט 'מכל אדם' אבער עס אי נאכאלץ נישט געוועהן גענוג. ביז איך האב צוגעשריבען 'אבי געהאקט', און דאן האט שוין געשטימט (מיטען כולל).

סא מייקראסאפט = חכם מחכם מכל אדם אבי געהאקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:30 pm
דורך טייטל
מייקראסאפט האט געשריבן:לערנענדיג c# האב איך געמאכט א גימטריא קאקעלעטאר ארויף געלייגט אויף דראפ באקס אדער downloed עס פין דא
א גרויסען דאנק פאר "די פאקט" פאר אזוי ארויס העלפען, יישר כח!!




איך האב אינסטאלט דע פראגראם און ווען איך ווייל עס עפענען רומט ארויף די מעסעזש:

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:34 pm
דורך מייקראסאפט
איך ווייס נישט די פראבלעם אבער דא האסט די לינק
https://www.dropbox.com/s/gpsymc05rw322b8/GematriehCalculator.exe

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:38 pm
דורך טייטל
סהעלפט נישט סקומט וואטער ארויף די מעסעדזש

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:40 pm
דורך מייקראסאפט
טייטל האט געשריבן:
מייקראסאפט האט געשריבן:לערנענדיג c# האב איך געמאכט א גימטריא קאקעלעטאר ארויף געלייגט אויף דראפ באקס אדער downloed עס פין דא
א גרויסען דאנק פאר "די פאקט" פאר אזוי ארויס העלפען, יישר כח!!




איך האב אינסטאלט דע פראגראם און ווען איך ווייל עס עפענען רומט ארויף די מעסעזש:


נישט געזען דיין פיקטשער פריער, יא די מיזט האבן דאט נעט פיר, קענסט עס דאונלאדען פין דא אויב ווילסטי עכט שטארק
http://www.microsoft.com/en-us/download ... x?id=17851

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 9:41 pm
דורך טייטל
וואס איז די פראגראם?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 10:02 pm
דורך טייטל
אלעס איז אוקיי
ייש"כ