בלאט 1 פון 1
הייפערלינק זאל זיך עפענען אינמיטן א פעידזש
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 8:31 pm
דורך salads
איך ווייס נישט צו דא איז דאס פלאץ צו פרעגן, אבער ווי זאגט דו וועלט, אז ס'טוט וויי שרייט מען. דהיינו אז מ'וויל וויסן פרעגט מען, בבחינת הבישן למד.
ווי אזוי קען מען מאכן אז א "הייפערלינק" זאל זיך עפענען אינמיטן א פעידזש. לאו דוקא אין קרעטשמע, נאר אינעם גאנצן סק התחתון. (מיר איז עס נוגע בעיקר אין website tonight )
ביטע ענטפערן, ולמצוה גדולה יחשב
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 8:47 pm
דורך שוועמל
יא מיט anchors.
דארפסט אביסל קענען HTML, אדער שיק מיר דעם קאוד און כעל דיר עס מאכן בל"נ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 8:59 pm
דורך שוועמל
כ'על דיר זאגן בקיצור, עס איז דא עטליכע וועגן עס צו מאכן, די בעסטע איז ווי פאלגענד:
דארט וואו דו שטעלסט דעם לינק נוצנדיג HREF עלעמענט, דארפסטו שטעלן עפעס א סימן אז ער זאל גיין צו יענע פאוינט אויפן פעיזש.
- קאוד:
<a href="yourpage.html#yourNamedAnchor">TEXT HERE</a>
דערנאך דארט ביים פאוינט שטעל די קאוד נוצנדיג דעם זעלבן סימן.
- קאוד:
<a name="yourNamedAnchor"></a>
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 9:54 pm
דורך salads
יישר כוח שוועמל
כ'וועל זיך מתגבר זיין און פרעגן ווייטער.
וואס מיינט Anchor
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 10:00 pm
דורך שוועמל
אנקער, באפעסטיגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 10:39 pm
דורך imzist
אנטשולדיגט פאר מיין מאסיווע אמעראצות, אבער אז מען רעדט שוין וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן וויאזוי מען מאכט אז אנשטאט די HTML זאל מען קענען שרייבן אידישע ווערטער און אויף דעם זאל מען קליקן, א זאך וואס איז זייער איינגעפירט דא, (גראדע אויף ה"פ לדוגמא זעט מען עס סאך ווייניגער, וואס איז די פשט? איז די טעכנאלאגיע דאס צו ערלעדיגן גרינגער דא ווי דארט?)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 8:06 am
דורך salads
שוועמל
דהיינו, איך ארבייט אלס נאר ביי "פעידזש דיזיינער", דאס מאל דארף איך עפענען HTML און אפיר קראצן ערגעץ דארט אינדערמיט ווי כ'וועל זיך פארשטעלן אז מסתם דארט קומט אויס ווי כ'וויל אז דו לינק זאל שטיין, און דארט לייגן
<a href="iworld.html#shvemel.com">saar huaskunim</a>
און דאס זעלביגע ביי דעם פעידזש ווי ס'דארף זיך עפענען.
ישלם ה' פעלך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 8:58 am
דורך שוועמל
ניין עס ארבעט נאר אויפן זעלבן פעיזש.
אבער איינמאל דו קריגסט א יוניק URL צו יענעם פאוינט (נוצנדיג דעם אנקאר איידי#) קענסטו שוין לינקן דערצו פון איבעראל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 2:28 pm
דורך thefact
קען מען מאכן א לינק צו יענעמ'ס פעידזש אינמיטן?
אין אנדערע ווערטער זעמיר נייגעריג צו מ'קען מאכן א לינק א פעידזש וואס א צווייטער האט קריעטעד?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 4:57 pm
דורך לב טוב
אטע דא האט מענעס דיסקוסירט.
נישט אלעמאל ארבעטעס.