בלאט 1 פון 2

אראפלאודן מייקראסאפט ווידזשואל סטודיאו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 4:38 pm
דורך שמאטע
איך האב ארימגעזיכט אויפן ברייטן וועב ווי מען קען זיך אויסלערנען די VB LANGUAGE, אין כ'האב ב"ה געטראפן, יעצט אין ארדער צי קענען פראקטעצירן פארשטיי איך אז איך דארף ציקימען צין VB STUDIO וואלט איך געוואלט וויסן אויב ווייסט איינער ווי איך קען אראפלאודן אזאנס דורכ'- וועב ? אדער ווי מ'קען קויפן דעם פראגרעם ? ביי מייקראסאפט קאסט עס א שיינע פאר טאללער ( ארום $
$250 - 300 and up to $2000) צי איז דא איינער וואס האט אפשר די אינפארמאציע ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 4:58 pm
דורך שוועמל
קודם זיי מוריד א טרייעל ווערסיע, שפטעטער קען מען עקסטענדן דעם טרייעל דורך אריינשטעלן א פרישע סיריעל נומער.
http://www.microsoft.com/downloads/deta ... laylang=en

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 5:02 pm
דורך leiby
האסט פרובירט מיט עקספרעס?
ס'איז אומזיסט.
http://www.microsoft.com/express/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 7:38 pm
דורך פאטאקי08
עקספרעסס איז פונקט גוט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 8:50 am
דורך thefact
פאטאקי08 האט געשריבן:עקספרעסס איז פונקט גוט

נישט אלעמאל
ווענדט זיך וואס מ'טוט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:01 am
דורך שמולי
shmate האט געשריבן:איך האב ארימגעזיכט אויפן ברייטן וועב ווי מען קען זיך אויסלערנען די VB LANGUAGE, אין כ'האב ב"ה געטראפן, יעצט אין ארדער צי קענען פראקטעצירן פארשטיי איך אז איך דארף ציקימען צין VB STUDIO וואלט איך געוואלט וויסן אויב ווייסט איינער ווי איך קען אראפלאודן אזאנס דורכ'- וועב ? אדער ווי מ'קען קויפן דעם פראגרעם ? ביי מייקראסאפט קאסט עס א שיינע פאר טאללער ( ארום $
$250 - 300 and up to $2000) צי איז דא איינער וואס האט אפשר די אינפארמאציע ?


ווי טרעפט מען זיך אויסלערנען די VB LANGUAGE בחינם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 10:03 am
דורך פאטאקי08
thefact האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עקספרעסס איז פונקט גוט

נישט אלעמאל
ווענדט זיך וואס מ'טוט

זיך אויסצילערנען איז עקספרעסס גוט מען רעדט נישט פון די פאקט וואס לערנט אויס אנדערע און ער קען שוין דורך און דורך...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 3:34 pm
דורך thefact
צו מאכן א פראגראם איז פיל בעסער די געהעריגע, עקספרעס געט דיר ניטאמאל די אפשען צו קריעטן א אינסטאלעישאן פייל, אז ס'קומט מיר אויס צו ניצן א פראגראם געמאכט מיט עקספרעסס האמיר צרות יגון ואנחה ס'שטאט ס'קראכט ס'וועפט א.א.וו.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 3:35 pm
דורך leiby
ער האט געפרעגט זיך צו לערנען.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 4:26 pm
דורך משנה מקום
thefact האט געשריבן:צו מאכן א פראגראם איז פיל בעסער די געהעריגע, עקספרעס געט דיר ניטאמאל די אפשען צו קריעטן א אינסטאלעישאן פייל, אז ס'קומט מיר אויס צו ניצן א פראגראם געמאכט מיט עקספרעסס האמיר צרות יגון ואנחה ס'שטאט ס'קראכט ס'וועפט א.א.וו.

i cant believe that a program created with express should make more problems then professional because both are using the same .net framework and the same compiler and the same class library

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 9:47 am
דורך פאטאקי08
שלום עליכם משנה מקום!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 1:40 am
דורך שוועמל
איך אגרי מיט משנה מקום, עקספרעס האט טאקע ווייניגער טולס ווי די פולע ווערסיע אבער פארוואס זאל א פראגראם קראכן אויב שרייבט מען עס דערמיט????

חוץ אז די פראגראם איז בעצם שלעכט געשריבן אדער קאמפיילט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 6:26 pm
דורך שמאטע
סא (סארי פארן זיין אזוי שפעט) סאו דערוילעם האלט אז עקספרעס דארף זיין געניג ? (נאכדערצי אויב סאיז בחינם) ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 8:09 pm
דורך לאז געמאכט
צו פרובירן איז עס אן קיין צווייפל גענוג! אויב די אומשטענדן וועלן פארלאנגן וועסטו אפגרעידן צו די באצאלטע ווערסיע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 10:45 pm
דורך בשבילי נברא
שמולי האט געשריבן:
shmate האט געשריבן:איך האב ארימגעזיכט אויפן ברייטן וועב ווי מען קען זיך אויסלערנען די VB LANGUAGE, אין כ'האב ב"ה געטראפן, יעצט אין ארדער צי קענען פראקטעצירן פארשטיי איך אז איך דארף ציקימען צין VB STUDIO וואלט איך געוואלט וויסן אויב ווייסט איינער ווי איך קען אראפלאודן אזאנס דורכ'- וועב ? אדער ווי מ'קען קויפן דעם פראגרעם ? ביי מייקראסאפט קאסט עס א שיינע פאר טאללער ( ארום $
$250 - 300 and up to $2000) צי איז דא איינער וואס האט אפשר די אינפארמאציע ?


ווי טרעפט מען זיך אויסלערנען די VB LANGUAGE בחינם?


גם אני מצטרף לבקשת ר' שמואלי!

אפשר קענסטו ארויסהעלפן נאך אידן און מציין זיין אוואו מען טרעפט אזאנס!

.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 8:08 am
דורך פאטאקי08

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 1:53 pm
דורך לב טוב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 2:38 pm
דורך בלעקבערי פען
וואס האבען זיי צוגעלייגט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 5:45 pm
דורך משנה מקום
i see that the express family got a new member Team Foundation Server Express

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 10:15 pm
דורך בלעקבערי פען
עס איז די זעלבע מיט מער פיטשערס ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 12, 2012 11:30 pm
דורך משנה מקום
סהיינט ארויסגעקומען visual studio 2012 express for windows desktop
די מעשה מיט דעם איז אזוי סהאט געהייסען אז 2012 עקספרעס וועט נאר האבען א ווערזשען פאר ווינדאוס 8 עפס אין ווער סוועט וועלען פראגרעמען די געהעריגע ווינדאוס פראגרעמס וועט דארפען אדער קויפען די באצאלטע ווערזשען אדער נוצען 2010 בקיצור סגעווארען א טומעל האבען זיי צריקגעצויגען אין זיי האבען ארויסגעגעבען א עקפרעס פאר ווינדאוס דעסקטאפ וואס האט אלע שפראכען אינקלאדעד נישט אזוי ווי ביז יעצט ווס מען האט געדארפט איסטאלין עקסטער יעדע שפראך

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 12, 2012 11:36 pm
דורך מייקראסאפט
wowow דעס איז גיט. אין מעטרא גייט מען אויך קענען מאכן דארט? וואס איז דא מער ציגעלייגט ווי אין די צווי טויזענט אין אכט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 12, 2012 11:46 pm
דורך משנה מקום
פאר מעטרא דארפסטו דאונלאודען עקספרעס פאר ווינדאוס 8
זיי האבען ציגעלייגט אביסעל יוניט טעסטינג אין קאוד אנאלעסיס וואס איז אין 2010 נישט געווען אין זיי האבען נישט געלאזט
אויך קען מען זיך קענעקטען צי א טיעם פאונדעשען סערווער אויך א עקספרעס לימיטעד פין די געהריגע טיעם פאונדעישין סערווער
בקצור אלעס כמעט וואס איז דא אין די געהעריגע נאר מיט אביסעל לימיטעשינס
אויך פארשטייט זיך אז 2012 איז די איינציגסטע וואס קען טארגעטען .net 4.5

נב .net 4.5 וועט נישט איירבעטען אויף windows xp

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 9:15 am
דורך פאטאקי08
וואס הייסט?
וויזשועל סטודיא 11 האט נישט קיין עקספרעס?
יענס איז דאך פאר 4.5

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 9:15 am
דורך פאטאקי08
א עקסטערע שכח משנה מקום פארן אונז אפדעיטן ;l;p- ;l;p-