בלאט 1 פון 1

סאפטווער דעוועלאפער געזוכט

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 9:22 pm
דורך מעמבער
איך זיך א פראפעשינאל סאפטווער דעוועלאפער וואס זאל קענען דעליווערען א קאסטעם מעיד היי ענד פראגרעם,
אויב ווייסט איר פון אימיצען וואס קען אין ער האט שוין געמאכט קאמפלעצירטע קאסטעם פראגרעמס ביטע לאזט מיר וויסען,
איך ווייס אז עס דא אסאך וואס זיי "פארשטייען" צו פראגרעמינג אבער נישט דאס זיך איך, איך זיך דוקה א פראפעשינאל, עס איז נישט קיין פראגרעם וואס עס גייט זיין אויף BETA אין במילא קען אין מיר נישט ערלויבען קיין BUGS,
איך זיך לכתחילה א יוד אבער אויב ווייסט איר פון א נישט יודישע פירמע לאזט מיר אויך וויסען,
א שיינעם דאנק,

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 11:02 pm
דורך שוועמל
פארבינד דיך מיט די פאקט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 12:34 am
דורך לאז געמאכט
וואס ווילסטו די פראגראם זאל טאן?

באג'ס אין א נייע פראגראם איז אומפארמיידליך אבער מ'קען עס אראפהאלטן צו א מינומם.

כ'בין לעצטענס באקאנט געווארן מיט א סייט http://www.odesk.com דארט קעמען טרעפן גאר פראפעשאנעל מענטשן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 12:43 am
דורך מעמבער
וואס דער פראגרעם זאל טוהן איז פון די סודות וואס מען וועט פארטרויען דעם באשערטען פראגראמער אי"ה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 12:49 am
דורך לאז געמאכט
הער אויס אז די קענסט נישט אויסזאגן איניש...

אבער אויב איזעס א ערענסטע פרוייקט זיי גערישט אז דאס וועט קאסט א "שיינע" פאר אלפים. פארדעם האביך געפרעגט וואס ס'איז צו קענען זאגן מער פונקטליך.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 12:51 am
דורך ווער בין איך?
מיט'ן זאגן פראגראמינג, מיינסטו לכאורה א ערנסטע ++C (אדער וואטעווער דער נאמען איז...) נישט קיין VBA. ריכטיג?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 1:12 am
דורך שוועמל
מעמבער, קענסט אויך קאנטאקטן לאז געמאכט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 6:27 am
דורך מעמבער
לאז געמאכט האט געשריבן:אבער אויב איזעס א ערענסטע פרוייקט זיי גערישט אז דאס וועט קאסט א "שיינע" פאר אלפים. פארדעם האביך געפרעגט וואס ס'איז צו קענען זאגן מער פונקטליך.


איך בין גערישט אויף מער

ווער בין איך? האט געשריבן:מיט'ן זאגן פראגראמינג, מיינסטו לכאורה א ערנסטע ++C (אדער וואטעווער דער נאמען איז...) נישט קיין VBA. ריכטיג?


ווען איך ווייס ווען מאך איך עס אליין...
אזויפיל ווייס איך יא אז דאס איז נישט קיין עקסעס פראגרעם נאר פיל מער,
אין אמת'ן בין איך שוין געזיצען מיט איינעם וואס דארף צו זיין טאפ אף די ליין אבער צו מיין מזל איז ער שוין אין קאנטראקט אויף א אנדערע פראגרעם אין ער וועט נישט זיין עוועליבעל פאר???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 1:22 pm
דורך ראזי
איך ווייס פין א פראגראמער וואס קען גיט c#
די שאלה איז נאר ווי לאנג די דארפסט עם האבן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 5:21 pm
דורך מעמבער
איך שטעל מיר פאר אז דער עולם איז זייער אנגעצויגען צו וויסען וואס עס האט זיך אויסגעלאזט אין די ענדע אין צו איך האב געטראפען וואס איך האב געזוכט איז במילא נישט מער ווי יושר צו לאזען וויסען פאר די חבירים דא אז ב"ה היינט צופרי האר איך מיטן באשעפערס הילף געסיינט קאנטראקט מיט א סאפטווער דעוועלאפמענט פירמע וואס וועט זיך בעזהשי"ת אפגעבען מיטן פראדעצירען דעם פראיעקט,
אין איך וויל מיר באדאנקען פאר אלע וואס האבען געגעבן עדווייס סיי דא אין סיי אין פרטי עס איז אלעס צוניצגעקומען,

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:16 am
דורך בעל בית
איך בין א פראפעשינאל פראגראמינג אויב איינער דארפ א גיטע פראגראם זאל מיר געבן זיין אימעל