בלאט 1 פון 1

אלטערנעיט סייט פארקינג סוספענדירט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 7:39 am
דורך גרויזאמער
איך עפן דעם אשכול צו קענען אפדעיטן ביי יעדע יומא דפגירא ווען אס"פ איז סוספענדירט.

היינט יום ה' ויצא און מארגן פרייטאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 7:56 am
דורך קראצער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 8:42 am
דורך גרויזאמער
איך האב געעפנט דעם אשכול באוואוסטזיניג אז עס עקזיסטירט אזא קאלענדער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 8:46 am
דורך צום זאך
אה, שקועך גרויזי! כ'לויף שוין דינגן א קאר. (אדער וועליך נעמען א טעקסי...)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:36 pm
דורך גרויזאמער
מארגן דינסטאג כ"א כסליו איז אס"פ סוספענדירט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:51 pm
דורך קרעמער
גערעכט. אבער צוליב א קאטוילישע חגא (להבדיל).

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 7:47 am
דורך גרויזאמער
סוספענדירט, פרייטאג שמות

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 8:14 am
דורך גרויזאמער
ביטע פארווערד עס צו אלע חברים, ווייל צופרי האבן זיי נאך געזאגט אז עס אין עפעקט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 9:16 am
דורך צום זאך
שאקס! נעכטן נאכט ארום געראנגלט 5 מאל (בלויז א גוזמא, עכט מער..) די בלאק צו טרעפן א פארקינג אויף די כשר'ע זייט, און דעי חברה האבן געטענה'ט אז ס'איז געהעריג אין עפעקט היינט!

קען מיך איינער מסביר זיין וואס האט זיי געמאכט דיסיידן היינט אינדערפרי עס צו סוספענדירן? איימין דער ביסל שניי וואסיז געפאלן האט מען דאך שוין געוויסט נעכטן אויך אז ס'איז ערווארטעט? נו וואס האט ער מיר נישט פארגינען נעכטן אויסצוזאגן דעם בשורה?!

אויף דעם איז געזאגט געווארן: ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 9:29 am
דורך גרויזאמער
צום זאך, איך דרינג אויס פון דיינע ווערטער אז דו וואלסט זיך עכט געפרייט צו הערן היינט אויף 311 אז אס"פ איז אין עפעקט. איך האב נישט געוואוסט ביסט מיר "אזא" שונא!

אגב אויב מען ווארט לענגער אויף 311 קען מען הערן: גלאבעל ווארמינג איז סוספענדעט טודעי.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 9:41 am
דורך שוועמל
גרויזאמער האט געשריבן:אגב אויב מען ווארט לענגער אויף 311 קען מען הערן: גלאבעל ווארמינג איז סוספענדעט טודעי.

;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:36 am
דורך פריילאך
איך האב געהערט עס איז דא א נייע היימישע סערוויס פאר דריי דאלער א יאר, זיי שיקען ארויס מעסעזשעס יעדע מאל עס איז סוספענדירט.

למשל היינט האבן זיי געמאלדן שוין בעפאר 7 צופרי, אז עס איז סוספענדירט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:40 am
דורך צום זאך
חלילה גרויזאמער, ווי קענסטע פאר א מינוט טראכטן אז כ'האב דיר פיינט צוליב דעם?!
מיין פראבלעם מיט דיר איז גאר עפעס אנדערש! שטייט א מאמע מיט א 9 חדשים'דיגע קינד וואס שטיקט זיך אויף א ביינדל פון א סעלפיש און פון גרויס פאניק און היסטעריע האט זי געדריקט 311 אנשטאט 911, זאגסטע איר: וויאווא טו העלפ - בוט איף דיס איס ען עמערדזשענסי פליז הענג אפ ענד דייל 911.
ביסט קוקו? די קינד קען דאך נישט אטעמען! מ'שפילט זיך דא מיט מינוטען! און דו קומסטעך אן מיט דיין גרעסטע מאס רואיגקייט און זאגסט איר זאל אראפלייגן און גיין זוכן אין די העלאו פעידזשעס די נומער פון 911. פארדעם האט מען דיך געהייערט פאר דעם פאזיציע?!

שוין. כ'וויל נישט פארדייען דעם נושא. (כ'האב פשוט מורא איינער וועט עס נאך צוריקדרייען..)

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 08, 2010 1:17 pm
דורך פארצייטישע
פריילאך האט געשריבן:איך האב געהערט עס איז דא א נייע היימישע סערוויס פאר דריי דאלער א יאר, זיי שיקען ארויס מעסעזשעס יעדע מאל עס איז סוספענדירט.

למשל היינט האבן זיי געמאלדן שוין בעפאר 7 צופרי, אז עס איז סוספענדירט.



עני מאר אינפארמעשאן?

ביטע ס'לוינט זיך צי צאהלן פארדעם דריי גראשן

אלטערנעיט סייד פארקינג אין קראפט: יא אדער ניין?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 4:21 pm
דורך שלמי
דא האט איר א וועבסייט וואס וועט אייך שיקן א "יא אדער ניי" ענטפער איעדן אינדערפרי, צו די אלטערנעיט סייד פארקינג איז אין קראפט צו נישט.

איר קענט באקומען אין אימעיל, אדער קענט איר באקומען זייערע 'טוויטער' מעסעדזשעס.
אדער קענט איז פשוט ארויפגיין אויפן סייט איעדן טאג און געוואויר ווערן די שלעטע נייעס...

די אדרעס איז http://isalternatesideparkingineffect.com

און אז מען רעדט שוין, איז אויך דא אזא סערוויס פאר אינפארמאציע צו איר זאלט נעמען אייער שירעם אין די ארבער היינט... זיי רופן עס "די פשוטס'טע וועטער אפדעיט".
עס ארבעט אויך מיט א "יא אדער ניי" סיסטעם. זיי שטעלן צו טעקסט מעסעדזשעס אויך.
די אדרעס איז http://umbrellatoday.com

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 5:55 pm
דורך ביקסאד
געהער אין דעם פארום פון אויטאס און אלעס ארום

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 7:18 am
דורך צום זאך
אס"פ איז נישט היינט אין קראפט צוליב א חגא. (נישט סוספענדירט, ס'קיינמאל נישט געווען היינט אקטועל אז מ'זאל עס דארפן סוספענדירן.)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 8:25 am
דורך צום זאך
כ'מיין אז ס'איז סוספענדירט אויף ביידע זייטן היינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 10:48 am
דורך 3x0
צום זאך האט געשריבן:אס"פ איז נישט היינט אין קראפט צוליב א חגא. (נישט סוספענדירט, ס'קיינמאל נישט געווען היינט אקטועל אז מ'זאל עס דארפן סוספענדירן.)

צום זאך האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז סוספענדירט אויף ביידע זייטן היינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 11:40 am
דורך צום זאך
טריאו, נישט אז ס'גייט דיך פארענטפערן די סתירה, אבער דזשסאט פאר די רעקארד, ס'איז געווען דא עטליכע תגובות וועלכע זענען געמעקט געווארן צווישן מיינע 2 סתירה'דיגע תגובות וואס די ציטירסט, די לעצטע תגובה האט זיך באצויגן צו א תגובה פון פארדעם ז"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 11:45 am
דורך 3x0
טענקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 6:59 am
דורך גרויזאמער
מיטוואך תרומה: סוספענדעט