בלאט 1 פון 1
איינער האט טריפעל עי? AAA
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 3:12 pm
דורך געדענק
איך וויל טאוען מיין קאר פון ק"י,
קען מיר איינער העלפן?
זיי טאוען נאר ביזן נענטסטען ריפעיר שאפ אדער ביז ווי איך וויל?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 3:56 pm
דורך געדענק
כ'האב למעשה גערופין עקטיוו טאוינג,
http://www.activetowingandrecovery.com/ זיי זענען געווען די בליגסטע פון אלע,
אונז גיי מיר יעצט אי"ה ווערן געטאויט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 19, 2009 10:39 am
דורך ראמני 08
דו אדער די קאר?
לוינט זיך דאס צו האבן...?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 03, 2014 10:44 pm
דורך פלאטשיגער
כ'האב שוין לאנג געטראכט געהערט געפרעגט געפלאנט פון זיך אויפסיינען און ווערן א מעמבער ביי טריפל עי, ווי נישט ווי האב איך דאך א געקויפטע קאר, און דער אייבישטער זאל אפהיטן, ס'זאל זיך ביי קיין שום איד נישט מאכן, עני פראבלעם אויף די וועגן, אמת, טאקע, די ארגענעזאציע "חברים" זאל דערמאנט ווערן צום גוטן, זיי האבן א גרויס חלק אין דעם וואס אונזער היימישער עולם זענען נישט אלע מעמבערס ביי AAA, ווייל מען פארלאזט זיך אויף זיי, אבער וואס טוט זיך אויב מען ווערט חלילה געשטראנדעט ערגעץ אויף א ספאט וואס חברים האט נישט קיין קאווערידזש...?
איז די שאלה, וויפיל קאסט דאס? לוינט זיך עס? איינער האט מיר עפעס אמאל געזאגט אז אויב מען גייט אריין אונטער א צווייטן קען מען עס באקומען עטוואס ביליגער... ווייסט איינער עפעס מער פון דעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 03, 2014 11:46 pm
דורך קיקיון
קאסטען
קען יעצט מיו טרעפען מיין STATEMENT בערך 100 א יאר פאר 2 דרייווער
לוינט זיך ?
שוין געהאט עטליכע מאל גוט ניצען דערפין דערפין IN THE MIDDLE OF
אינטער יענעם ?
ניט משפחה ניט זעלבע אדרעס מן הסתם גזל עכו"ם
געהאט לעצטע וואך א FLAT און געריפען זיי ניט חברים
אז איך בין שוין אויסגעצאלט פאר'ן יאר פארוואס מטריח זיין א איד
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 12:26 am
דורך verveist
אויב פארט איר כסדר ארום אין פארשידנע פלעצער לוינט זיך אװדאי . דאכט זיך אז עס קאסט בערך 50 א יאר, האסט דאך די נעץ קיק עס נאך.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 07, 2014 12:44 pm
דורך קיקיון
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 3:42 pm
דורך דארפסמאן
איך צאל 44.00 א יאר
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 4:38 pm
דורך פלאטשיגער
WOW פונקט היינט האב איך אויפגעסיינט, און דו ברענגסט מיר צוריק ארויף דעם אשכול...
עני וועי איך האב באצאלט 00.$52...
וויאזוי מאכסטו עס פאר $44.00 ?
למעשה נאכן אויפסיינען האב איך באמערקט אז עס איז דא אזא זאך ווי "REFER A FRIEND", און מ'באקומט א 10 טולר קרעדיט פארן קומענדיגן פעימענט...
כ'ווייס נישט פארוואס קיינער האט דאס נישט געטוהן מיט מיר...
ומכאן הקריאה יוצאת ווער עס וויל זיך אמאל איינשרייבן ביי זיי קען איך אים שיקן א REFER, און ער וועט האבן מהנה געווען א איד מיט א צעהנער'ל... יישר כחכם!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2014 12:19 pm
דורך טאגליכט
פלאטשיגער האט געשריבן:WOW פונקט היינט האב איך אויפגעסיינט, און דו ברענגסט מיר צוריק ארויף דעם אשכול...
עני וועי איך האב באצאלט 00.$52...
וויאזוי מאכסטו עס פאר $44.00 ?
למעשה נאכן אויפסיינען האב איך באמערקט אז עס איז דא אזא זאך ווי "REFER A FRIEND", און מ'באקומט א 10 טולר קרעדיט פארן קומענדיגן פעימענט...
כ'ווייס נישט פארוואס קיינער האט דאס נישט געטוהן מיט מיר...
ומכאן הקריאה יוצאת ווער עס וויל זיך אמאל איינשרייבן ביי זיי קען איך אים שיקן א REFER, און ער וועט האבן מהנה געווען א איד מיט א צעהנער'ל... יישר כחכם!
ווען דו פרעגסט מיר ווען וואלסט איך דיר ווען געקענט ארויף לייגן אדישאנאל אויף מיין AAA.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 14, 2014 3:40 pm
דורך mini van
וויפעל ביליגער איז אדישאנאל?