בלאט 1 פון 1

שטאטישע פראגראמען מיט א קאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 6:55 am
דורך bailout
צו קען מיר איינער זאגן די הלכות בנוגע האבן א קאר בעת מ'געניסט פונעם רייכן פעטער, וויפיל עס מעג קאסטן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 7:01 am
דורך גארנישט
וואסערע פראגראם?
איך מיין אז טאמער מען האט וואטשערס פאר שכ"ל טאר מען בכלל נישט האבן קיין קאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 7:28 am
דורך bailout
עסן געלט און הויז געלט

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 1:50 pm
דורך 1x1
כ'ווייס נישט די הלכות, אבער איך האב געזאגט $400...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 1:51 pm
דורך bailout
איז עס ווערד?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 3:00 pm
דורך בן בוזי
די הלכה איז אז מען מעג האבן א קאר, מען ברויך דאך גיין צו דער ארבעט.

די ווערט פון די קאר אויב האט מען 'טעמפארערי אסיסטענס' (אמאל גערופען געווארן 'וועלפעיר') טאר עס נישט זיין עטוואס מער פון 9 טויזענט דאללער אין ווערט.

בנוגע באצאלן חודש'ליכע פעימענטס ווענדעט זיך דאך וויפיל אייער אינקאם איז, עס דארף האבן זינען צו באצאלן קאר פעימענטס וועלכע זענען געאייגנט לויט אייער אינקאם, למשל, אויב האט איר אן אינקאם פון 1500 $ דאן איז א דבר פשוט מאוד אז איר וועט נישט צאלן קיין 400 $ פאר א קאר איר זענט דאך אין אזא פאל א בלוטיגע ארימאן, דער יסוד הדבר איז צו נוצן דעם שכל, ווייל דא לויטעט נישט געזעץ, ביי דעם איז גילטיג קאמען סענס.

אין אזא פאל קען מען אויך מאכן אז די ביזנעס אדער פלאץ ווי מען ארבעט זאל צאלן פאר די קאר, דאס זעלבע א קרוב משפחה וועלכע האט אן אינטערעסע אין אייך, אדער עכ"פ בלויז אלס אמירה לעכו"ם.

אויב האט איר א ליעס דאן איז די בעסטע נישט איינצומעלדן אז איר האט א קאר ווייל דאן האלט איר נישט די טייטל פון די קאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 8:28 pm
דורך קרעמער
1x1 האט געשריבן:כ'ווייס נישט די הלכות, אבער איך האב געזאגט $400...

איך האב טאקע אפגעשאצט דיין קלאנקער בערך אין די פרייז-רעינדזש :?