בלאט 1 פון 1

''דענטס'' והמסתעף

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 7:02 am
דורך bailout
איך האב היינט צום צווייטן מאל געכאפט א דענט אויף א האקעלע פלאץ, א האקעלע פלאץ מיין איך צו זאגן אז ס'קען געשען פון א שטות, די גוים האבן געשפילט באל און ס'האט אריינגעזעצט און די קאר און ס'איז געבליבן אריינגעקוועטשט, פון ווי ווייס איך אז ס'איז פון די באל? ווייל ס'האט נאך די פרינטס פון באל דערויף, די מעשה איז וויאזוי זעט מען עס צוריק אויסגעגראדט, לכאו' וואלט עס געדארפט גרינג עס צוריק ארויפצופאנטשן אויב איך קען צוקומען פון די בעק, איז די שאלה וויאזוי קום איך דארט אן? מען דארף אראפנעמען די פלעסטיק פון אינסייד פון די קאר מיט א ספעציעלע טאל.

און אויב איך קען אויסגעפונען די ריכטיגע וועג אראפצונעמען די פלעסטיק, דארף איך האפן אז איך וועל עס קענען צוריק אויפפאנטשן אן דעם וואס ס'וועט בליייבן א סימן.

אויב איינער האט עני עקספיריענס זאל ביטע מיטטיילן.

וואו איז למפרע?........

ייש''כ!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 7:33 am
דורך גרויזאמער
בעילאוט, קוק די צעטל וואס איך האב דיר געלאזט אויף די טיר הענטל - פאסאנדזשיר זייט. אייעם סארי נאכאמאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 7:53 am
דורך bailout
ייש''כ גרויזי פארן ארויפארבעטן די קאר פארום...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 8:01 am
דורך farshlufen
הרב מבעילאוט, עס איז פארהאן א טאאל פאר דעם, עס ארבעט מיט סאקשען אין ציעט ארויס דעם פענדער דענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 8:10 am
דורך bailout
א איידיע ווי א פלאנזשער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 22, 2009 8:13 am
דורך farshlufen
יא, זע אמעזאן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 6:53 am
דורך bailout
ייש''כ כ'האב עס שוין, ס'איז 95% פארראכטן AS OF NOW.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 7:00 am
דורך גארנישט
וואו קען מען עס קויפן און וויליאמסבורג??