הילף: הערץ קאר רענטעל - פאר ברוקלין'ער איינוואוינער
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 29, 2009 8:00 am
איר האט שוין אוודאי מסתמא זיכער געהערט פון די קאר רענטאל פירמע "הערץ"!
יעצט, וואס איך וויל וויסן איז אזוי, זיי האבן א פראגראם מיטן נאמען "Number1 club" עס איז פריי זיך איינצושרייבן (זיי האבן אויך א "גאלד-קלוב" פראגראם, אבער ס'קאסט 60 $ יערליך מעמבערשיפ), די בענעפיט פון זיין א מעמבער איז א געוויסע פראצענט הנחה, און אויך רעכענען זיי נישט קיין אנדער-עידזש פי (35$ א טאג) פאר אינטער 25 יאר אויב ביסטו א קלוב מעמבער, און נאך מעלות, הקיצור, לכאו' קען מען גארנישט דערלייגן פון זיין א מעמבער.
אבל דא עקא, איך האב מיך אויפגעסיינט אלץ מעמבער, און איך האב געוואלט רעזערווירן א קאר בין איך שאקירט געווארן צו זעהן אז ס'קומט אויס א ריזיגן חילוק אין פרייז ווי ווען כ'רעזערוויר נישט אלץ מעמבער, עס איז אויסגעקומען אז אלץ מעמבער וועל איך צאלן מיט איבער 400 $ מער פער חודש פאר די זעלבע סארט רעזערוואציע! (טאג/פלאץ/סייז, וכדו')
האב איך גענישטערט אין זייער זייטל פרובירנדיג צו דערגיין סע'פשט פון דעם.. האב איך געפונען צווישן די קליינע שורות אז די איינוואוינער פון 3 קאונטי'ס אין ניו יארק זענען באשטראפט מיט א טעגליכען סורטשרדזש! ואלו הן: קווינס=6 פער טאג, בראנקס=18 א טאג, ואחרון חביב.. "ברוקלין" מיט 15 א טאג! וואס פאר א חודש קומט דאס אויס איבער 400 דאלער! (נישט דוקא ווען מ'דינגט עס אין די קאונטיס, נאר דזשאוסט ווייל מ'וואוינט דארט) וואס דאס איז די טשארדזש וואס איז מיר צוגעקומען אלץ מעמבער, וויבאלד אין מיין פרופייל ליגט מיין אדרעס אינפא. וואס זאגט קלאר אז איך וואוין אין ברוקלין..
פארשטייט זיך אז ס'ערשטע זאך האב איך געטוישט צו א אפסטעיט אדרעס (ערגעץ אין קרית אברכים...) און דאן בין איך טאקע לויז געווארן פון די טשארדזש,
די שאלה איז נאר, זיי וועלן דאך אוודאי זעהן מיין ריכטיגע אדרעס אויף מיין דרייווערס לייסענס וואס דארט שטייט קלאר אז איך וואוין אין ברוקלין ברידזש.. נו א"כ מה הועילו ה(אויבער)חכמים?.. נאר ווא דען? קודם קען איך זיי זאגן אז איך האב געמופט לעטלי קיין אויבער-סטעיט צו יענעם אנגעגעבענעם אדרעסע.. דארף זיי מיר גלייבן אויפן ווארט..
און צווייטענס ווייס איך פון עטליכע ברוקלין'ע אינגעלייט וואס האבן שוין אמאל געדינגן ביי זיי און ס'איז נישט געווען אזא טשארדזש, ע"כ וויל איך וויסן צו איינער דא האט עני עקספיריענס מיט הערצ'קא. איבער דעם נושא (און ווי אויך עניטינג עלס וואס קען זיין נוגע ווען מ'דינגט ביי זיי) ביטע מיטטיילן, א 'הערץ'ליכע דאנק.