בלאט 1 פון 1

א "סמארט קאר" דעליווערט צו אייער טיר!...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 7:23 pm
דורך צום זאך
טאטי! איינער קלאפט!
מושי, פרעג ווער ס'איז דארט,
טאטי, ער זאגט ס'איז א דעליווערי..
מושי, פרעג וואס ער דעליווערט,
טאטי, א קאר!!
אקעי, זאג עם איך קום שוין...

יא! איך רעדט פון א קאר רענטל קאמפאני וואס דעליווערט אייך דעם קאר צו אייער טיר!..

די פירמע רופט זיך "דזשיניעס-רייד", זיי זענען בעיס'ד אין ניו ג'ערסי אבער זיי שטעלן צו סערוויס אין אלע 5 באראס
(נו איינער ווייסט וואס די 5 באראס זענען?.. 1)ווילי, 2)בארא-פארק, 3)מאנרא, 4)מאנסי.. נו.. וואס איז די פיפטע?.. אה.. כ'מיין פלעטבוש... ס'א חילוק..)

זיי בעטן $60 א טאג דורך די וואך און $75 פאר וויקענד טעג פאר א טאיאטא קאָראָלע (נישט זיך טועה זיין מיט קאַרעלע..), פלאס טעקס - די טעקס רעכענען זיי לויט די ניו ג'ערסי ראטע וואס איז ביי 7%, פלוס א סעקיורעטי טשארדזש פון $5 פער טאג.

און.. נאך א חידוש! זיי פארדינגען "סמארט קאר'ס"! $70 א טאג דורך די וואך, $80 וויקענד טעג, ווי אויך האבן זיי נאך אפאר מאדאלען וואס זיי פארדינגען.

זיי פארלאנגן א מינומום פון 3 יאר לייסענס, א קלינע לייסענס רעקארד, מען דארף זיין לכה"פ 24 יאר, גאזאלין איז נישט אינקלאודעט, אלע קארן פארמאגן GPS, פאר מער דיטעלס באזוך זייער וועבסייט..

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 12:19 am
דורך אנאנימער
העיי יאאאאא! פארגעט איט, פארגעס פון די פרייזן מיין קאר איז ריזערווט. העי אבער נישט ווייל עס איז נישטא ביליגער, נאר איך מוז דרייוון די קאנווערטיבעל סמארט קאר, חחחחחח, סמארט קאר - דאך = דעלישעס. כעכע איך בין שוין אויף די פאון מיט זיי ביי.

איין מינוט (דשינעיוס, פליז האלד עי סעקאנד) צום זאך, יור דע בעסט, טעינק יו.

יעצט פרעג: אויבן שרייבסטו שוין רעזערווט, נאכדעם קאלסטו זיי, העט מען ענטפערן אזא תירוץ, איך קאל זיכער מאכן אז זיי נעמען אראפ די דאך פאר זיי שיקן עס, ווי וועל איך לייגן די דאך דא אין סיטי (אההה איין מינוט לעבן דעם לדבר'ס הויז איז דא אסאך פארקינג) חחחחחח

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 6:46 pm
דורך צום זאך
גערעכט אנאנימער.. כ'האב פארגעסן צו שרייבן, זיי האבן אויך קאנווערטיבל (וועא"מ..) סמארט קארס, אן א דאך! פאר נאך $10 א טאג.. נו.. איך וויל דיך שוין זעהן עס דרייוון...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 10:14 pm
דורך יצמח
זיי קומען אויפפיקען די קאר אויך? אדער מ'דארף עס טראגען צו זיי?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 10:22 pm
דורך צום זאך
יצמח האט געשריבן:זיי קומען אויפפיקען די קאר אויך? אדער מ'דארף עס טראגען צו זיי?

אויב דארפן זיי עס צירוק...

איך בין נישט זיכער, אבער איך פארשטיי אז יא, ווייל אז נישט לוינט זיך נישט ס'גאנצע געשעפט, ווייל זיי האבן נישט קיין לאקעישאנס דא אין די סיטי בכלל, זיי ברענגן עס פון זייער הויפטקוואטיר אין ניו ג'ערסי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 7:55 am
דורך סאדע_באטל
אויב איר נויטיגט זיך מורא'דיג וויכטיג אין א סמארט קאר, האבעך פאר אייך אן עצה,

עס איז דא א קאמפאני דרייוו מינט, וואס זיי פארדינגען קארס, איינע פון די קארס וואס מען קען דינגען ביי זיי, איז א סמארט קאר, עס קאסט $69 דאלער א טאג, אבער עס קומט מיט בחנם'דיגע גאז, אויב די טאנק ווערט ליידיג, קיין פראבלעם, פארט אריין אין סיי וועלכע גאז סטעישאן, און פילט דאס אן מיט די ספעציעלע קרעדיט קארטל וואס ליגט אין גלאוו קאמפארטמענט.

כדי צו זיין א מעמבער ביי זיי, קאסט א יערליכע פי, אבער כמנהג אנ"ש, איז דא א פשוט'ע וועג, דאס נישט צו צאלן, ודי בזה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 12:45 pm
דורך לאז געמאכט
אה דער מינט איז טאקע אונטערסאנט אבער ליידער האבן זיי נישט קיין לאקעשען אין וויליאמסבורג.
סאדע_באטל האט געשריבן:כדי צו זיין א מעמבער ביי זיי, קאסט א יערליכע פי, אבער כמנהג אנ"ש, איז דא א פשוט'ע וועג, דאס נישט צו צאלן, ודי בזה.
מען מעג וויסן די פשוטע וועג?

דינגען א סמארט קאר

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 7:54 am
דורך tell.me.something
א גוטן. איך זוך צו דינגען א סמארט קאר אויפן וויקענד פאר א נארמאלע פרייז(אנליין האב איך געזען פאר "נאר" 200 דאלאר א טאג..)אין די ווילי געגנט. ווער עס ווייסט פון א גוטן קאר רענטל פאר דעם זאל זיך ביטע אנרופן

מיט דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:10 am
דורך שנאפס
פאר $200 קענסטו האבן א געהעריגע קאר, חוץ אויב דו ווילסט זיין א רייסער מיט א סמארט קאר

צוויי וואכן צוריק האב איך געדונגען ביי AVIS דורך הדרך קאר רענטל, פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג נאכט האט געקאסט $96.00 נאך אלעם

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:13 am
דורך מי יודע
איך זע נשיט דא ווי ס'שטייט אז זיי ברענגן עס צו די טיר, איך זער נאר פיק אפ לאקעישאנס, ווי אזוי ארבעט עס?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 11:44 am
דורך tell.me.something
מי יודע. דער אשכול איז געעפנט געווארן אין 09'. אפשר דעמאלטס האבן זיי געהאט א פיק-אפ סערוויס(אזויווי הערץ האט אפיציעל)

שנאפס. שכוח מיר וועלן פרובירן. איך וויל פשוט איינמאל פרובירן וויאזוי עס פילט זיך אין אזא קליין קאר

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 12:30 pm
דורך צום זאך
גערעכט, פאר 3 יאר צוריק ווען איך האב עס געשריבן זענען זיי נאך געווען ניי, זיי זענען געווען גרייט דיר צו דעליווערן די קאר אויף א קופערנע טאץ אבי דו זאלסט דינגען ביי זיי...

אייוועלט איז שוין געוואקסן מער ווי דאפלט זינט דאן, שטעל דיך פאר 75 ניקס אדער מער באשטעלן א סמארט קאר אויף איינמאל! ס'טייטש די קאמפאני דארף דעליווערן 75 סמארט קארס אויף איין שאס! ער ווערט צו'חוש'ט!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:29 pm
דורך Sprint
היינט דינגט שוין SUCCSES סמארט קארס