בלאט 1 פון 1

קאר פראגע: פלאגן א רעדל

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 4:21 pm
דורך farshlufen
פאסירט אמאל אין אן ארענדזשען דאנערשטאג אז פארענדיג אויף די לאקאלע גאסן הער איך עפעס האקן נישט ווי געוואוינט, נאכן אבזערווירן דעם רעדל ביים ערשטן רויטע לעקטער דערזע איך מיך מיט א דיקן טשוואק אינעם רעדל אזאנאס וואס דער שכן מיינער וואלט געטראגן אין סקרעפ מעטאל צו לייזן א דאלאר דערויף, פארשטייט זיך אליינס אז ביי די ערשטע רעדל שאפ שטעל איך מיך אפ אין דער ספאניאלא שטופט מיר אריין א פלאג אינעם ראד, נאכן דאנקען דעם קל חי אויף דעם וואס מיר זענען נישט געבליבן שטעקן מיט א צובראכאנעם ראד אינמיטן פינסטערן וואלד, לאו דוקא א פינסטערער וואלד אבער א וואלד מיט פינסטערע, זעמער ב"ה אהיים געקומען בשלום.

איצט שטעלט זיך די פראגע: איז עס גענוג שטארק, קען עס האלטן לאנג?

איז עס די זעלבע שטארק ווי א געהעריגע פעטש אדער עס וועט האלטן פון דעם עלות ביזן משיכיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 4:54 pm
דורך אונגארישער
שתי תשובת בדבר

1) מאך זיכער אז עס איז נישט אין די זייט פין די רעדל טאמער יא גארניקסט ווערט

2) געווענטליך ביי זייער א דיקע טשוואק וועט איין פלאג נישט זיין געניג קענסט עס פראבירן צי עס ליעקט דארעך שפריצן דערויף זייף וואסער , די בעסטע זאך איז צי מאכן א פעטש וואס מליגט פין אינעווינוג סדארט טאקע לאנג מדארף איבער לאזן די קאר אבער עס איז סעף ספעציעל יעצט אין די זימער ווען מפארט אסאך שי רעדער ווערן זייער הייס אין מלייגט אסאך פעקלעך אין די קאר אין סליגגט דרוק אויף די רעדער

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 9:45 pm
דורך סאכדעס
יאך בין א לאנגע צייט געפארן - זוממער - מיט ארום 10 פלאגס אויפן רעדל, ביז עס האט געכאפט א ספאט וואס מ'האט שוינישט געקאנט לייגן א פלאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 10:26 pm
דורך שוועמל
ממש חידושים ווער איך דא געוואויר..

הערט א מייסע.
נישט געדאכט, פאראיאר זומער אין מאנטיסעלא איז מיר די רעדל געווארן ווייעך, אזוי אנגעהויבן גיין נידריגער כ'אב אנגעפילט מיט לופט אבער ס'יז נאכאמאל געשען. א איד בין איך דאך, און אן עצה געב איך מיך, געגאנגען בין איך דארט אראפ אויף מעין סט ווי ס'יז דא א "טייערער שׁאָפּ", ער הייסט מיר אריינפארן מיט מיין גרויסן קאר צווישן די לאפעס פונעם היידראלישן לופט, כ'אב שוין געמיינט וויי געוואלד וואס דאס גייט קאסטן, שוין א קאפ_עורה, וועט עס זיין אויף טשייניז אוקשען נעקסטעס יאר, קיין בריירעס האב איך נישט.

ער הייבט אביסקעלע אונטער, געשווינד אראפגענומען דעם ראד נאך א קנאפע מינוט ברענגט ער עס צוריק און שרויפט עס צוריק אויף מיין קאר, "יו אר גוד טו גאו" זאגט ער.

פרעג איך וואס וויל ער פאר דעם, זאגט ער גארנישט עס איז א סערוויס פאר די שכנים דא. פרעג איך אים און וויאזוי פארדינסטו, זאגט ער "ווי ראן אן וואליום". כ'קוק אים אזוי אן און למעשה האב איך אים געגעבן א צענער'ל ער האט מיך שטארק באדאנקט און איך בין געפארן ווייטער כאילו לא היה און פאר נאך היינט מיטן זעלבן ראד.

עד היום ווייס איך נאך אלץ נישט וואס ער האט דארט געטון מיטן ראד. איך בין געוואוינט אז דער אמיגא אויף פרענקלין לייגט אריין א פעטש, רייבט און פיילט און קלעבט און שמירט ס'טוט זיך א געשווארצעריי מיט רעדלעך מיט א גרויס וואנע מיט וואסער, און דא גארנישט, קוים געטון עפעס און צוריק ארויפגעלייגט.
שטילערהייט האב איך געטראכט ער האט גארנישט געטון נאר פלעין צוריקגעלייגט, אודאי בעט ער נישט קיין געלט..

אבער יעצט, ליינענדיג דעם אשכול אז מען קען מאכן א טשוואק אנשטאט א פעטש איז מיר פארענטפערט געווארן די לאנג ערווארטעטע.. קשיא "וואס האט דער אין מאנטיסעלא געטון מיט מיין ראד".

איי אינגאלע געבענטשט זאלסטו זיין, נאר ניט פארשלאפן

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 7:03 am
דורך farshlufen
א דאנק פאר אלע חשוב'ע און טייערע מגיבים
זאלט איר האבן א לעבן מתוקים מדבש ונופת צופים.

סאכדעס, האסט מסתמא געזאגט ערליך וישלח
אדער האסטו ר' מאיר'ן פארמישט אין די זאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 9:26 am
דורך מאשקע
יא, א פלאג איז זייער גוט און קען אנהאלטן אזוי לאנג ווי דער רעדל לעבט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 9:36 am
דורך פשוט פשט
on my old car i wasn't able to remove the wheel and I had more than one plug and it worked.
By the way your writing style is very "geshmak" don't wait to write till the plug goes wrong.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 9:51 am
דורך אונגארישער
אמת א פלאג קען האלטן ווי לאנג די רעדל לעבט אבער פארשלאפן רעדט פין א זייער דיקע טשוואק דעמאלט איז א אנדערע מעשה אין עס איז אסאך בעסער צימאכן א פעטש

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 12:20 pm
דורך bailout
קיינמאל געהערט פון די פלאג, קען מען דאס קויפן אין א פארטס געשעפט און אליין אריינלייגן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:41 pm
דורך יגרסהדותא
זיי זאגן, א פלאָג איז נאר גוט אויב ס'איז דארט ווי די רעדל רירט אן די ערד, דארט ווי ס'איז די די (אויסטערלישע קונצליכע..) דיזיינס.

אבער אויף די זייט פון די רעדל, העלפט נישט קיין פלאג.

יא, פעטש העלפט אלעמאל... תרתי משמע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:42 pm
דורך איך_הער
וואלמארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:48 pm
דורך קאמענטאטאר
bailout האט געשריבן:קיינמאל געהערט פון די פלאג, קען מען דאס קויפן אין א פארטס געשעפט און אליין אריינלייגן?


אליינס אריינלייגען? כ'גלייב שווער, ברויכסט האבן א ספעציעל - דין שפיציגען - צוואנג, און א לופט פאמפ צו ערזעצן דאס וואס גייט ארויס בשעת'ן ארויסציען דעם טשוואק - זאלסט דיר נישט גענצליך אויסגלאטן דעם ראד, און הערשט וועסטו פארשמירן אלסדינג ארום פון דעם קלעב אין וואס עס קומט, ס'גאנצע וואס ס'ברויך קאסטן ביי א פראפעסיאנאל איז בער 15-20 דאלאר, נו וואס טויג דיר קאפוויי?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 7:19 pm
דורך וואס
איך האב עס אליין געטון נישט קיין גרויסע תורה, ס'קאסט דיר א פינף דאלאר ביי וואל מארט, אינעם קיט קומט מיינעך 4 פון די קלעבעדיגע שטעקעלעך דארט ליגט אויך די שפיציגע צוואנג, איך בין געגאנגען צו א געז סטעישאן וואס האט לופט, ארויסגעצויגען דעם טשוואק, מ'דארף גרעסער מאכן דעם לאך אביסל מיטן צוואנג, ווייל אז נישט קען מען נישט אריינקוועטשן דעם קלעבאכטס, מ'נעמט די שווארצע קלעבאכטס, מ'בייגט עס איין אויף העלפט, די גרעסערע העלפט באהאלט.... איין מינוט ווי האלט איך, מ'שטיפט עס אריין מיט עפעס א שפיציגע צווענגל וואס קומט אויך אינעם קיט, דאס דארף מעןשטארק אריינקוועטשן און מאכן זיכער ס'איז פארשטאפט ס'סילט די גאנצע לאך, און נאכדעם אנגעפילט מיט לופט, ס'האט מיר גענומען צען מינוט די גאנצע זאך, געפארן בינעך א האלבע יאר מיט יענעם רעדל

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 7:24 pm
דורך גרויזאמער
און איך האב געצאלט דערפאר 8 דאלער, אריין און ארויס אין צען מינוט. דער טייער שאפ - א חסידישע איד- זעהנדיג אז עס איז מיר א חידוש די גאנצע זאך, זאגט מיר אז ער מאכט עס שוין 15 יאר, און קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען זאגן אז עס האט נישט געהאלטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 6:58 am
דורך bailout
סימער אינטערעסאנט די פרייזן דא, ווייל איך האב געצאלט פאר א פעטש 12$

יגר כ'מיין א פעטש העלפט אויך נישט פאר די זייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 7:02 am
דורך farshlufen
מיר האט געקאסט דער פלאג - אין גלילות וויליאמפעסט - אריינגעלייגטערהייט קנאפע זעקס גילדן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 8:19 am
דורך mz1268
מיין איקספיריענס מיט פלאגס איז אזוי: אז מ'האט גוטע הענט קען עס אליין ארויף לייגען נאו פראבלעם, איך האב שוין געלייגט מעני פלאגס, טאמער איז מען לעבען א שאפ איז א שאד פאר 10/15 דאלער זיך שמוציג מאכען די הענט, א פעטש צו לייגען דארף מען שוין א פראפעשענעל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 8:40 am
דורך mz1268
!BRGzOt!!2k~$(KGrHgoH-DEEjlLl1e6UBJ8QZ+uVfQ~~_2.jpg
!BRGzOt!!2k~$(KGrHgoH-DEEjlLl1e6UBJ8QZ+uVfQ~~_2.jpg (6.73 KiB) געזעהן געווארן 311 מאל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 9:03 am
דורך reb yid
פון מיין עקספיריענס...
עס האלט זיך זייער גוט - ער ווערט א שטיק פינעם ראד! און קען זיך האלטן עמו"ש!