בלאט 1 פון 1
GPS מאכט קונצען
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 11:46 am
דורך 1x1
מיין דזשי. פי. עס. מאכט פראבלעמען, ער האלט אין איין טוישן זיין מיינד וואו כ'זאל פארן,
איז דא וואס צו טון?
ריסעטן וועט אפשר העלפן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 12:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
הרב 1X1, איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער איך האב אמאל געהאט זייער א ענליכע מעשה, און איך קלער אז אפשר האסטו די זעלבע פראבלעם..
די אדרעסס וואא דו האסט אריינגעלייגט אז דו ווילסט אהינגיין, איז אומבאקאנט פאר די דזשי פי עס, אדער ער קען נישט די וועג.. סאו פירטער דיך ארום.. די עצה דערפאר איז, לייג אריין א פלאץ וואו דו ווילסט דורכפארן אויפן וועג, למשל, פון וויליאמסבורג אויף ק"י, לייג אריין די וואשינגטאן ברידזש.. אדער די 4.. צו יענעם ראוד, וועט ער מסתם יא קענען די וועג, און פון דארט אין ווייטער, וועסטו שוין אנקומען..
אויך האט שוין פאסירט, אז איינער האט געבאברעט אינמיטן פארן, און האט אריינגעלייגט, אז איך וויל אויסמיידן טאלל'ס.. א זאך וואס איז נישט געווען מעגליך.. די דזשי פי עס האט מיך ארומגעפיהרט אהין און צוריק.. ביז איך האב געכאפט די טעות.. און איבערגעמאכט די ראוט..
פראביר איינע פון די עצות, און לאז וויסן..
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 28, 2009 3:00 pm
דורך 1x1
שכוח פארן זיך אנרופען, די פראבלעם איז עפעס אנדערש,
1- ביז ער כאפט וואו איך בין קען דארן א שטיק צייט.
2 - כ'3 זיך איין און ער כאפט נישט אז כאב מיך שוין איינגעדרייט, וכו' וכו'.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 8:27 am
דורך סתם_אזוי
די פראבלעם האסטו דא אין שטאט; אדער אין מאנהעטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 12:51 pm
דורך 1x1
אין שטאט אויך, אין מאנהעטן אסאך מער - מסתמא וועגן די הויכע בנינים.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 2:53 am
דורך אריאל
זעט אויס אז די פראבלעמען פון G.P.S זענען וועלטלעכע. מיין G.P.S וואס איז שוין 3 יאר אלט, ווערט אויך צעחושט פון מאל צו מאל. ווי אלע אנדערע דא אין אר"י. און עס זענען שוין פארגעקומען פאלן ווען שאפערן האבן זיך פלוצעם געטראפן אינמיטן אן אראביש-פאלאסטינער דארף... זאל דער אייבערשטער שומר ומציל זיין.
פון מיין בהאוונטקייט מיט אט דעם אפאראט, ווייס איך, אז נישט שטענדיק ליגט דער שולד אויפן G,P,S. אפט מאל איז דווקא דער שאפער שולדיק אין דעם. מען דארף וויסן ווי אזוי אים ריכטיק אנשטעלן. און ווען די סיבה פונעם "משוגעת" איז יא אויפן G.P.S אויך דעמאלט טוט ער זיך אפט מאל אליין פון זיך פארריכטן און גייט באלד צוריק ארויף אויפן דרך הישר.
בסך הכל, בין איך פון אים גאנץ צופרידן. ארום 90% פון זיין באדינונג, איז ער גאנץ גוט. ער שפארט מיר איין גאזאלין און בעיקר צייט. איך ווינטש אים אריכות ימים ושנים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:22 pm
דורך סתם_אזוי
אויב אין מענהעטן איז דאס ערגער, טריי צו קויפן אן אינטענע.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 7:15 am
דורך מי יודע
סתם_אזוי האט געשריבן:אויב אין מענהעטן איז דאס ערגער, טריי צו קויפן אן אינטענע.
וואס הייסט א אינטענע, פארן GPS?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 12:18 pm
דורך גולם
יעך האב אויך געהאט פראבלעמען אין מאנהעטן ביי וואל סטריט געגנט מסתם טאקע וועגן דארטן איז דא זייער שמאלע גאסן(שמעלער ווי סקילמאן)און זייער הויכע בילדונגס