בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:21 am
דורך גרויזאמער
מען דארף שטיין ווייט פון אזאלכע קלאסיפיידס וואס ער שרייבט נישט ארויס די מיילעדזש, לעצטנס האב איך אויך געזען אזא קלאסיפייד "א toyota מיני ווען צו פארקויפן", דאס הייסט געמאכט פורים פון מענטשן, ער וויל אז קודם זאלן מענטשן קאלן און ער וועט שוין צורעדן דעם מענטש.

אויב וואלט עס געווען א זאך וואס מענטשן דארפן וואלט ער ארויסגעשריבן די דיטעילס, יעצט וויל ער אז בלויז תמימי לב זאלן קאלן (ווייל א נארמאלע מענטש ציט דאס נישט), און אזוי האט ער האפענונג.

די ערשטע אינפארמאציע וואס מען דארף וויסן אויף א קאר איז מיילעדזש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:22 am
דורך סתם_אזוי
גרויזאמער. ביז וויפיל מיילידש האלטסטו עס לוינט צו קויפן א יוסד קאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:28 am
דורך גרויזאמער
ווענד זיך די קאמפאני, די יאר, די קאנדישן, און די פרייז וואס דו צאלסט דערפאר. די בעסטע וועג אריינצוקומען אין די זאך איז אריינצוגיין אין איבעי מאטארס, און באטראכטן אויף וואס מענטשן בידן, דארט אין איבעי שטייט יעדע זאך ארויס קלאר. אזוי באקומט מען א מושג אין די צוזאמענשטעל פון פאקטארן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט ביים קויפן א קאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:38 am
דורך גרויזאמער
דא האסטו א גוטע משל פון א האנדע אדיסי אויף איבעי

http://www.tinyurl.com/ygxwrz6

געלייגט אזוי ווייל די לינק איז צו לאנג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 10:33 am
דורך באנקיר
לוינט זיך צו קויפן א Freestar?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 4:14 pm
דורך דארפסמאן
איך האב א חבר וואס קויפט נאר FORD קארס און יעצט האט ער א Freestar אין ער פארט א גאנצן טאג (א סעילסמאן) און ער איז זייער ציפרידען, איןן זאך האב איך נישט ליב דערפון אז עס האט א שווערע פיקאפ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 6:42 pm
דורך צום זאך
א סעילסמאן פאר Maven Motor's האט מיר אמאל געזאגט אז ער רעיטיט דעם פארד 'פריסטאר' אן טאפ פון די מיניווען ליסטע, ער אליינ'ס פארמאגט איינס, ער טענה'ט אז ער האט שוין אויפרובירט אסאך אנדערע אבער גארנישט קומט נישט צו צום פריסטאר.
(הגם איך בין בכלל נישט איבערצייגט דערין, איך האלט אז ער מאכט קאמישען פארן עס זאגן. (און נאכדערצו פארן עס דרייוון..))

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 3:16 am
דורך salads
וויפיל מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן, ווענד זיך עס שטארק אין דו "make and model".

געווענליך זענען נישט גיט דו אלטע ford'ס , אבער געוויסע מאדעלס זענען נאך אסאך בעסער אפילו מיט עטליכע הינדערט אלפים מיילעדזש ווי אנדערע meke'ס .

מ'דארף זיך נאך פרעיגן ביז בערך וויפיל מיין דו סארט קאר ציעט געווענליך אן.

(למשל מיין יעצטיגע ציעט אן ביז בערך 400K מייל, אין געווענליך אן ספעציעלע פראבלעמען, אין אפי' וואס יא, ווייסט מען)

ממילא מיין געקויפטע used קאר, האב איך נישט אויפגעגעיבן נאנט צו 100K , נאר כ'האב עס געהאלטן מיט א רואיגע געוויסן אז ס'מאכט נישט קיין פראבלעמען, אין כ'האב זיך טאקע נישט אפגעבריעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:41 am
דורך פאטאקי08
באנקיר האט געשריבן:לוינט זיך צו קויפן א Freestar?

ניין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:00 pm
דורך דארפסמאן
פארוואס זאגסטו אים מיט אזא גרויסע ניין ????

איך מיין אז די האסט א פריסטאר און יעצט האבסטו א פראבלעם, זאג איך דיר אז עס וועט אריבער גיין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:35 pm
דורך פאטאקי08
וואנעט ווייסטו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:46 pm
דורך דארפסמאן
אזוי קוקט אויס פון דיין שרייבען


אפשר ווילסטו מיר פארקויפען דיין FREESTAR

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:54 pm
דורך פאטאקי08
ווילסטעס קויפן?
זייער גערן

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 9:25 am
דורך אבי.גערעדט
אינפארמאציע איבער א פארד איסקעיפ האט אפשר איינער?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:25 pm
דורך דארפסמאן
וואסערע יאר ? וויפל מייל ? וויפל דארפסטו דערפאר ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 3:16 pm
דורך פאטאקי08
2007
72000
$8500

האט א גאראנטי אויף בי 100 K מייל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:22 pm
דורך אונגארישער
פאטאקי08 האט געשריבן:2007
72000
$8500

האט א גאראנטי אויף בי 100 K מייל


פין די מענעפעקטושורער אדער א עקסטענדעד ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:28 pm
דורך פאטאקי08
עקסטענדעד זייער א גוטע
איך האב געצאלט 1800 פאר די וואראנטי
קאווערען אלעס פולי פלאס קאר רענטעל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:30 pm
דורך אונגארישער
גיט , זאל ער זיין געזינט אין שטארק

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:37 pm
דורך פאטאקי08
אמן לייג צי ביז די מיליאן מייל ביז די 120 יאר...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:41 pm
דורך אונגארישער
פאטאקי08 האט געשריבן:אמן לייג צי ביז די מיליאן מייל ביז די 120 יאר...


דאס איז שוין א תפילה שווא , אבער ביז די 200.000 איז זייער פיין

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 4:45 pm
דורך פאטאקי08
דעטס איט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 5:47 pm
דורך אונגארישער
פאטאקי08 האט געשריבן:דעטס איט?



לאו דווקא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 3:23 pm
דורך אונגארישער
קאמענטאטאר האט געשריבן:כ'האב נאר א צווייטע שאלה (לאחר המעשה).

עטליכע וואכן צוריק האב איך זיך געלאזט באצאלן צווישן 10 און 20K (כ'שעם זיך צו זאגן פונקטליך) פאר א נייע/יוזד מיניווען מיט אונטער 50K מייל, עטליכע האבן מיר באזידעלט אז כ'טוה נישט ריכטיג ווייל פאר כמעט די זעלבע פעימענטס קען איך ליעסן א ברענד ניו אדדיססי, מיין ארגומענט איז געווען אז אין הכי טאקע, אבער וואס וועט זיין נאך די צוויי דריי יאר ליעס? כ'בלייב אן גארניקס... און דאס געלט איז אויך נישטא, משא"כ דאס קען איך האלטן פאר עט ליעסט פינעף יאר אי"ה און ארויף לייגען נאך א פופציגער און העכסטענס עס פארקויפען ביי 99,900 מייל ווען סאיז נאך אונטער וואראנטי פאר א מינומום.

דער ציבור האט אבער גע'טענה'עט פון "עקספעריענס" אז כ'העל צאלן מעינטענעס אזוי פיל אז נאך פינעף יאר וועל איך האבן אפגעצאלט מער ווי א ברענד ניו ליעס X 2 און די פרייז וואס כ'העל קריגן דערפאר איז ממש א שיבוש אזוי אז ממילא וועל איך האבן נישט קיין קאר און נישט דאס געלט, און... כ'האב געדרייווט א יוזד קאר.

למעשה בין איך געווען דעספערעט און געמאכט מיין באשלוס, כ'בין נאר נייגעריג צו איינער שטימט מיט אדער קעגן מיר.



איך בין מיט דיר
אזוי טי איך אין אז מווייסט וואס מקויפט אין מדרייווט ווי א מענטש בריעט מען זיך נישט אפ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 3:25 pm
דורך אונגארישער
ראמני 08 האט געשריבן:blue book


זייער פרייזן איז וויפיל עס איז ווערט , אבער געווענטליך קען מען נישט פאקטיש באקימען אויפן מארקעט די פרייז