קויפן א used קאר

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חכם מחוכם
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:01 pm

קויפן א used קאר

תגובהדורך חכם מחוכם » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:30 pm

איך זיך צו קןיפען א used קאר פאר בערך א פאר טויזענט דאללער און עס זאל זיין און א גיטע קאנדישען קען מיר איינער זאגען פונקטליך אויף וואס מען דארף צי קיקען און פון וואס מען דארף זיך שטארק וואטשען און ווי עס איז די ביליגסטע און די בעסטע פלאץ ?

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:46 pm

from my expirience, is the price for the year, and for the miledg, you can search on google " used cars" and you need a lot of luck when you buy a used car, to not sit at the mecanice every day
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יוני 25, 2009 3:09 pm

קויף ביי א היימישן איד אין צאל צו פאר א וואראנטי אויף די פארטס.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג יוני 25, 2009 3:15 pm

מענין לענין באותו בנין..
איך קען דיר אביסעל צולייגן די זאך, אבער נישט פעסיפיק צו דיין קשיא!

ס'איז דא א גרויסע מחלוקות החולקים צו ס'לוינט בכלל צו קויפן א אלטע קאר, אבער איך וועל נישט אריינגיין און דעים צילוב וואס איך האב אויך נישט קיין ספעציעלע מיינונג אין דעים און ווי אויך זעהט מיר אויס אז די האלטסט שוין עניוועי נאך דיין דיסיזשען אז מ'גייט קויפן א געניצטע.

הער צו! סדא צוויי וועגן וויאזוי צו קויפן א יוזד קאר.

1) מ'קויפט פון א פריוואטע מענטש! וואס מ'קען געוואויר ווערן דורך די צופרי צעטלעך, צו דורך מויל צו אויער, צו דורך אנדער וועגן. די מעלה דערפון איז אז ס'איז געווענדליך ביליגער ווי און אנדערע פעלער(ווי שפעטער באריכטעט..), אבער סקען זיין מער פראבלעימען אין דעים, און פארשטייצעך אז אויב מאכט זיך עפעס, אפילו א טאג נאכן קויפן קענסטו קלאפן בארן (און צומאל אויך פיטשעס..), און ס'קאסט די הויזן צו פיקסען כסדר(און מעגליך אויך די אנדערע קליידער..) און סקען זיך אויסשטעלען אז די מעקעניק וועט מער האבן ניצן פון דעים ווי די.

2) קויפן פון א קאר שאפ! איז עס געווענדליך טייער, און מ'דארף באצאלן פאאל פרייז, אבער די מעלה איז אז נארמאלערהייט איז עס מער פארזיכערט, אויב איז דא עני פראבלעם און די ערשטע פאר טעג, איז דא ווער ס'זאל דיר העלפן, און צומאל קען מען אפילו פאר א ביליגן פרייז באקומען ביי זיי א ווארענטי.

איך לעניית בעטשי, האלט אז די זאלסט קויפן פון א פריוואטע מענטש וואס וועט דיר אויסקומען פיל פיל ביליגער, אבער... דא קומט אריין דער "אבער" נישט פאר עס ווערט אויסגעטשעקט פון א פראפעשענאל מעקעניק, וואס האט נישט קיין ספעציעלע נגיאות... און זאגט דיר קלאר וואס די מצב פון די קאר איז, און 'ליתר שפחת' געב אים א פרעג וויפיל ער האלט אז די קאר איז ווערט, אין לויט דעים ווייסטו שוין וויפיל ס'לוינט צו צאלן..

דאס האט גערעדט צו אייך לוסטיג מאכער (וויכי נישט דיר מיינט מען ס'נאר די סעים לעצטע נאמען...) פאר די קול הקרעטשמע צוהערער.(קרעדיט: יונה..)

------------------------------

אפאר חברה האבן אריינגעהאקט, אבער ס'גייט מיר קיין כי הוא זה נישט אן, איך שיק.. שלחחחחחחחח'.....
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יוני 26, 2009 2:48 pm

צוויי אידן זענען אריין צי קרויס היט סטאר קויפן א היט
א מער פארמעגליכער און א שלעפער

"וויפיל קאסט א נייע היט?"
פרעגן זיי

140$
איז געקומען די ענטפער
WOW שרייען ביידע אזוי סאך?
רופט זיך אן דער פארמעגליכער גיב א קוק מיין היט איז נישט אזוי שלעכט
האו אבאוט איך לאז דא איבער מיין אלטע היט אין איך נעם א נייע וועסטו מיר עס געבן פאר נאר העלפט פרייז 70 דאללער?

קעי זאגט דער סוחר

רופט זיך אן דער אנדערער
קען איך האבן זיין היט סנישט שלעכט נאך גאנץ גוט פאר נאר האלב פרייז?

קעי זאגט דער סוחר

ביידע האבן נאר געצאלט 70 טאלער

א יאר דערויף זענען ביידע ווידער צוזאמען דארט
און די זעלבע מעשה שפילט זיך איבער
דער פארמעגליכער לאזט איבער זיין כמעט נייע היט און נעמט א נייע פאר 70 דאללער און דער אנדערער נעמט די כמעט אלטע היט אויך נאר פאר 70 דאלער
און אזוי גייט עס יארן

וואס איז די חילוק צווישען ביידע?

ביידע צאלען די זעלבע פרייז
איינער גייט אלעמאל מיט א שיינע היט
און דער צווייטער גייט אלעמאל מיט א אלטע היט.....

נמשל מובן מאליו....

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 28, 2009 6:36 pm

פאטאקי! אייזן גוט ארויס געברענגט!

מיינע צוויי סענט וועל איך ארייין ווארפן ווען איך וועל האבן מער צייט.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג יוני 29, 2009 10:06 am

פאטאקי ;l;p- סלחתי :lol:

א שטארקע נקודה, א געוואלדיגע מהלך צו באטראכטן, און דאס מיינט טאקע דער פסוק העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט ממחצית השקל, ביידע צאלן איין די זעלבע, אבער דער עושל האט מזל ווי גוי, און דער ארימאן לויפט אים דער דלות נאך, ווי דער ארימאן נאך א באס.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יוני 29, 2009 1:54 pm

אהה! די חברה זענען אנגעקומען..

איך האב נישט געטראכט אריינצוזאגן מיין מיינונג אין דעם ענין, אזוי ווי אויבן געשריבן אז ס'איז א גרויסער מחלוקת הפסקים, נאר אזוי ווי דער עולם באגריסט אזוי איין זייט מיז איך דערציילן וויאזוי איך מוט מיין חבר האבן געקויפט א היט..

פאטאקי08 האט געשריבן:צוויי אידן זענען אריין צי קרויס היט סטאר קויפן א היט
א מער פארמעגליכער און א שלעפער

"וויפיל קאסט א נייע היט?"
פרעגן זיי

140$
איז געקומען די ענטפער
WOW שרייען ביידע אזוי סאך?
רופט זיך אן דער פארמעגליכער גיב א קוק מיין היט איז נישט אזוי שלעכט
האו אבאוט איך לאז דא איבער מיין אלטע היט אין איך נעם א נייע וועסטו מיר עס געבן פאר נאר העלפט פרייז 70 דאללער?

קעי זאגט דער סוחר

רופט זיך אן דער אנדערער
האו אבאוט איך לאז דא איבער מיין אלטע היט? ס'איז טאקע נישט ווערט קיין $70 אבער $35 איז עס יא ווערט, און איך קען האבן זיין היט? סנישט שלעכט נאך גאנץ גוט פאר נאר האלב פרייז? = $35

קעי זאגט דער סוחר

דער פארמעגליכער צאלט 70 און דער שלעפער 35.

א יאר דערויף זענען ביידע ווידער צוזאמען דארט
און די זעלבע מעשה שפילט זיך איבער
דער פארמעגליכער לאזט איבער זיין כמעט נייע היט און נעמט א נייע פאר 70 דאללער און דער אנדערער לאט איבער זיין היט וואס יאז נאר ווערט 35 און נעמט די כמעט אלטע היט אויך נאר פאר 70 דאלער און צאלט סוף טאטעל 35
און אזוי גייט עס יארן

וואס איז די חילוק צווישען ביידע?

איינער צאלט אייביג 70 און איינער 35
איינער גייט אלעמאל מיט א שיינע היט
און דער צווייטער גייט אלעמאל מיט א אלטע היט.....

נמשל מובן מאליו....


פאטאקי! ;l;p-

איך ענדיג צו נאכאמאל: איך נעם נישט קיין פאראפערטלעכקייט אויף די אויסגאנג אין די מיינונגען!!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יוני 29, 2009 1:59 pm

שמערי איך ווארט!

לוסטיג אייזן! אלס איינער וואס האט א נייע קאר, וואלט איך אויך געזאגט אז א יוסד וואלט מיר געווען סאך ביליגער.

די אמת איז אז ס'ווענדט זיך אויך אויב די נוצט אסאך מייל, דעמאלט מיין איך איז אנגענומען אז ס'איז ענדערש א נייע.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מאנטאג יוני 29, 2009 2:12 pm

פאטאקי ! שוין לאנג נישט געזען אזא גיטען משל ונמשל, לכאורה ווען איך לייען דאס, פאר איך האב געקויפט מיין יאסד קאר, איז זייער מעגליך אז איך דרייוו ווען יעץ א 2009 סיאנע,

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג יוני 29, 2009 4:55 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען ביידע?

ביידע צאלען די זעלבע פרייז
איינער גייט אלעמאל מיט א שיינע היט
און דער צווייטער גייט אלעמאל מיט א אלטע היט.....

נמשל מובן מאליו....


הער אויס פאטאקי, דער משל האט מיך געשטעלט אין א זייט און געמאכט טראכטן, עס איז טאקע א גוטע נקודה למחשבה. אבער נאך טיף טראכטן קום איך צו צו די מסקנא אז נאופס, ביסט נישט גערעכט.

ביידע צאלן די זעלבע פרייז? ניין! נישט אמת!

דער עושר האט למעשה ארויסגענומען פון זיין טאש 140$ פאר זיין ערשטע הוט בשעת דער ארימאן האט בלויז ארויסגענומען 70. העלפט פרייז. פארוואס? ווייל דער עושר'ס הוט איז היינט ווערד 70 דאלער, + נאך 70 דאלער קעש, וואס ער האט "למעשה" ארויסגענומען ביים פאריגן מאל קויפן זיין הוט, זיין אלטע הוט האט ער דאך געקויפט פאר כסף מלא פאר 140$, קומט אויס אז ער צאלט יעצט 140$.

ווען מען רעדט פון קליין געלט קען יעדער טראכטן אז דער ארימאן איז טאקע א שלימזל, זאל ער איינמאל ארויסנעמען נאך 70$ וועט ער שטיין ווי דער עושר. אבער דער נמשל רעדט פון גרויס געלט.

הערט אויס די זעלבע מעשה, מיט אן אנדערע מציאות, ווי די ציניקע וועט בכלל נישט שטימען.

פאטאקי08 האט געשריבן:צוויי אידן זענען אריין צו דירות פארמיטלונג קויפן א דירה.
א מער פארמעגליכער און א שלעפער

"וויפיל קאסט א נייע דירה?"
פרעגן זיי

א מיליאן דאלער.
איז געקומען די ענטפער
WOW שרייען ביידע אזוי סאך?

רופט זיך אן דער פארמעגליכער גיב א קוק מיין יעצטיגע דירה איז נישט אזוי שלעכט
האו אבאוט איך לאז דיר איבער מיין אלטע דירה אין איך נעם א נייע וועסטו מיר עס געבן פאר נאר העלפט פרייז 500 טויזנט דאלער?

קעי זאגט דער סוחר

רופט זיך אן דער אנדערער
קען איך האבן זיין דירה? סנישט שלעכט נאך גאנץ גוט פאר נאר האלב פרייז? (פינף הונדערט טויזנט דאלער)

קעי זאגט דער סוחר

ביידע האבן נאר געצאלט 500 טויזנט דאלער.

א יאר דערויף (אקעי, למען המציאות לאמיר זאגן פינף יאר דערויף) זענען ביידע ווידער צוזאמען דארט
און די זעלבע מעשה שפילט זיך איבער
דער פארמעגליכער לאזט איבער זיין כמעט נייע דירה און נעמט א נייע פאר א מיליאן דאלער און דער אנדערער נעמט די כמעט אלטע דירה אויך נאר פאר 500 טויזנט דאלער
און אזוי גייט עס יארן

וואס איז די חילוק צווישען ביידע?

ביידע צאלען די זעלבע פרייז
איינער גייט אלעמאל מיט א שיינע דירה
און דער צווייטער גייט אלעמאל מיט א אלטע דירה...

נמשל מובן מאליו....


אקעי, א קאר איז אין-ביטווין. צווישן א הוט און א דירה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

חכם מחוכם
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:01 pm

תגובהדורך חכם מחוכם » דינסטאג יוני 30, 2009 12:39 pm

איז דא א סייט ווי מען קען טשעקן וויפיל א קאר איז ווערט לויט די יאר און די מיילעזש

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דינסטאג יוני 30, 2009 12:53 pm


אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 1:08 pm

פאטאקי, איין זאך, האסט אנגעהויבן די מעשה אינדערמיט.

ווען האט דער פארמעגליכער באקומען דעם - נישט אזא שלעכטן - הוט? לכאורה האט ער איינמאל געצאלט $140, נישט אזוי?

לענינינו, מוז מען לכה"פ איינמאל צאלן $25,000 פאר'ן מיניווען בעפאר מ'קען דאס איינטרעידן אויף איינס פאר $12,500 און דרייוון כסדר א "כמעט נייע" אויטא, כ'האב עס ראנג?

אופפפס....

כ'האב איצט באמערקט גרויזאמער, אנטשולדיגט אבער כ'מעק עס נישט אויס, ערליכע אידן פלעגן זאגן ברוך שכוונתי ! ! !
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יוני 30, 2009 1:14 pm

קאמענטאטאר;
גרויזאמער

נהנתי!

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 1:26 pm

כ'האב נאר א צווייטע שאלה (לאחר המעשה).

עטליכע וואכן צוריק האב איך זיך געלאזט באצאלן צווישן 10 און 20K (כ'שעם זיך צו זאגן פונקטליך) פאר א נייע/יוזד מיניווען מיט אונטער 50K מייל, עטליכע האבן מיר באזידעלט אז כ'טוה נישט ריכטיג ווייל פאר כמעט די זעלבע פעימענטס קען איך ליעסן א ברענד ניו אדדיססי, מיין ארגומענט איז געווען אז אין הכי טאקע, אבער וואס וועט זיין נאך די צוויי דריי יאר ליעס? כ'בלייב אן גארניקס... און דאס געלט איז אויך נישטא, משא"כ דאס קען איך האלטן פאר עט ליעסט פינעף יאר אי"ה און ארויף לייגען נאך א פופציגער און העכסטענס עס פארקויפען ביי 99,900 מייל ווען סאיז נאך אונטער וואראנטי פאר א מינומום.

דער ציבור האט אבער גע'טענה'עט פון "עקספעריענס" אז כ'העל צאלן מעינטענעס אזוי פיל אז נאך פינעף יאר וועל איך האבן אפגעצאלט מער ווי א ברענד ניו ליעס X 2 און די פרייז וואס כ'העל קריגן דערפאר איז ממש א שיבוש אזוי אז ממילא וועל איך האבן נישט קיין קאר און נישט דאס געלט, און... כ'האב געדרייווט א יוזד קאר.

למעשה בין איך געווען דעספערעט און געמאכט מיין באשלוס, כ'בין נאר נייגעריג צו איינער שטימט מיט אדער קעגן מיר.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יוני 30, 2009 1:34 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:און העכסטענס עס פארקויפען ביי 99,900 מייל ווען סאיז נאך אונטער וואראנטי פאר א מינומום.

איך לאך...
די רעדטס פארקויפן פאר א יוד אדער א גוי?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג יוני 30, 2009 1:35 pm

אויב דו האסט עס קודם געגעבן פאר א מעקעניק צו איבערקוקן דאן האסטו זייער גוט געטון. דער עולם האט עפעס א פחד פון USED קארן, און איך קען עס נישט פארשטיין. אודאי דארף מען פארדעם זיך נאכפרעגן, און נאכקוקן צו עס איז א גוטע דיעל. איך ווייס איינער (מיין טאטע.....) וואס ער קויפט נאר USED קארן. ער צאלט א 5-10K און עס האלט זיך יעדע קאר איבער 5 יאר. (ער אליין לייגט ארויף אין די צייט מער פון 100K מייל). ער'ז נאך קיינמאל אריינגעפאלן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 2:32 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:און העכסטענס עס פארקויפען ביי 99,900 מייל ווען סאיז נאך אונטער וואראנטי פאר א מינומום.

איך לאך...
די רעדטס פארקויפן פאר א יוד אדער א גוי?


איי עם סארי, לאמיר זאגן 97,000... דער וויץ קומט פון דעם וואס האט עס מיר פארקויפט...

פשט איז אז געוענטליך ווען איינער פאלט אריין מיט א "לעמאן" ברויך נישט געדויערן צוויי חדשים עס געוואר צו ווערן, דעריבער אפילו ס'בלייבט אים איבער בלויז 3-4 טויזענט מייל אונטערן וואראנטי איז עס נאך אלס א פיעס אוו מיינד אז איוו סאמטינג מעדזשאר העפפענס איז ער נישט אינגאנצן אויפן וואסער.

געווענטליך א קאר אין יענע עידזש האט גענוג און נאך מעקעניקעלס וועלכע קענען האלטן ביי גסיסה, ווצבש עיר קאנדישאן וואס קען אליינס זיין א שפיל פון $3000 און העכער, מילא קענסטו האבן מזל אז דאס ערגסטע זאל פאסירן אין די פארבליבענע פאר מייל אונטערן וואראנטי וואס וועט עס ריפלעיסן און גלייכצייטיג צוגעבן אריכת ימים, און לויט געוויסע דיעות וועט זיך דאס געשעפט האבן געלוינט.

אין קורצן: די ערשטע פאר וואכן וואס יענער וועט עס דרייוון בבחינת "טעסט דרייוו" איז די וויכטיגסטע און מערסט ווערטפולע אויב עס איז נאך אונטער וואראנטי.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג יוני 30, 2009 2:58 pm

גרויזי! דאס וואס די זאגט איז בנוסף צו מיין פוינט.

האלטסט אויך אזוי? (קרעדיט כ'הער: איך פרעג נישט פאר נייגעריקקייט, און איך ווארט נישט אויף קיין תירץ..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

פשוט פשט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2009 11:04 am

תגובהדורך פשוט פשט » דינסטאג יוני 30, 2009 3:53 pm

I purchased my first car from an individual person
and my current car from a dealer
the first car after a few weeks had problems with the air conditioner and later it didn;t start because of the computerized theft system
the second car I have for two years and have no problems
So, even checking with a mechanic would not discover the problem with the computer.
From experience I reccomend paying a little extra and buying from a dealer.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » מיטוואך יולי 08, 2009 1:51 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:כ'האב נאר א צווייטע שאלה (לאחר המעשה).

עטליכע וואכן צוריק האב איך זיך געלאזט באצאלן צווישן 10 און 20K (כ'שעם זיך צו זאגן פונקטליך) פאר א נייע/יוזד מיניווען מיט אונטער 50K מייל, עטליכע האבן מיר באזידעלט אז כ'טוה נישט ריכטיג ווייל פאר כמעט די זעלבע פעימענטס קען איך ליעסן א ברענד ניו אדדיססי,וכו'.


כשטיי אויף די זעלבע מצב ווי דיר כהאף אז כהאב געטהון די ריכטיגע באשלוס


קאמענטאטאר האט געשריבן: און העכסטענס עס פארקויפען ביי 99,900 מייל ווען סאיז נאך אונטער וואראנטי פאר א מינומום.



וועלעכע ווארנטי גייט ביז 99000 מייל ????? איז דאס א עקסטערנאל קאמפאני אדער די קאר קאמפאני אליין (כהאב געמיינט אז האנדא קאווערט נאר ביז 35000 מייל)????

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 2:15 pm

יא, א צוגעקויפטע וואראנטי, גייט אדער ביז פינף יאר, אדער הונדערט טויזענט מייל.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג יולי 09, 2009 10:18 am

אלע GM אויטאס פון 2007 און ווייטער האבן א Manufacturers Warrentee ביז 100K מייל, און פאר די בעפאר 2007 קען מען צוקויפן אזוי ווי 'איך הער' האט שוין געשריבן.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
שלום עליכם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 2:41 pm

תגובהדורך שלום עליכם » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2009 10:00 am

געזען היינט אין "די קלאסיפייד":
718-812-2282 :Nissan Altima 2000, for just $2,200 א קאר צו פארקויפן


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט