קרעדיט קארד וואס גיבט אינשורענס פאר קאר רענטל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 8:07 pm
ניו יארק - עניוועי, וואסא חילוק ווי, איך וויל וויסן וויאזוי עס ארבייט די קרעדיט קארד ביזנעס ווען עס קומט צו אינשורענס פאר א געדינגענער קאר.
ווי באוויסט ווען מ'דינגט א קאר - קיין חילוק קאמפעקט, מיד-סייז, פול-סייז אדער מיני ווען - וויל מען האבן אינשורענס. צו קאלישא צו לייבילעטי, דער עיקר חלילה אויב געשעהט עפעס זאל יענער נישט קענען קלאגן אין די מיליאנען און דיר לייגן אין ר'ערד אריין.
יעצט קומען די זומער חדשים, דער עולם דינגט אויף צוויי חדשים, 9 וואכן, 10 וואכן אא"וו, יעדער וויפיל ער וויל און קען, אבער מ'זיכט ווי מער צו שפארן. איינע פון די זאכן איז אינשורענס, כדאי מ'זאל נישט דארפן צוצאלן אינשורענס פאר יעדן טאג נאך אפאר טאללער.
אמעריקען עקספרעעס איז באוויסט אז זייער קארטל קאווערט אינשורענס, ד"ה אויב דינגסטו א קאר מיט זייער קארטל ביז געקאווערט מיט די בעסיק אינשורענס. עס זענען דא אנדערע פירמע'ס אויך, און דאס וויל איך וויסן.
איך האב אן אמעריקען עקספרעעס, נו, וואס איז מיר א חילוק ווער נאך? אה, אמעריקען עקספרעעס קאווערט טאקע פאר די מערסטע טעג, אבער די מערסטע איז שוין 30 טאג, קיין טאג נישט מער, אלזא אויב דינג איך פאר צווי חדשים אדער 10 וואכן קען איך נאר ניצן זייער אינשורענס פאר 30 טאג, די איבעריגע מיז איך שוין אליין צאלן.
די עצה דערצו איז ווי פאלגענד:
מ'צוטיילט די רענטעל אויף צוויי, אדער דריי, ווענט זי ווי לאנג מ'נעמט די קאר. די ערשטע דרייסיג טאג אויפן אמעריקען עקספרעעס און עס איז אויך געקאווערט מיט אינשורענס. די צווייטע דרייסיג טאג מיט א צווייטע פירמע וואס שטעלט צו אינשורענס פאר דרייסיג טאג, און אויב איז עס נאך לענגער - אין אונזער פאל 10 ואכן - נעמט די איבעריגע צווי וואכן צוריק אויפן אמעריקען עקספרעעס וואס דאן קאווערן זיי שוין ווידעראמאל, איינמאל עס איז געווען א ברעיק פון דרייסיג טאג אינדערמיט.
איז יעצט מיין שאלה, וועלכער קארטל, חוץ אמעריקען עקספרעעס קאווערט פאר דרייסיג טאג?