בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:38 am
דורך ווינקל
בתוך ששה חדשים כמדומה איז אלץ די זעלבע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:03 pm
דורך אויפריכטיג
איך זע אז זיי בעטן דערפאר $80.50, איז דאס אלעמאל אזוי אדער צוליב דעם וואס מיינס האט שוין עקספייערט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:37 pm
דורך leiby
געצאלט לעצטענס דעם זעלבן פרייז, נאך א וואך צוויי פארן עקספייערן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 11:32 am
דורך אויפריכטיג
וואו קען איך טשעקן די סטאטוס פון מיין רינועל, איך האב עס געמאכט אנליין, אבער איך האב מורא אז זיי גייען עס שיקן צו מיין אלטע אדרעס און דאן קען עס חלילה פארלוירן גיין אזוי ווי איך האב נישט באקומען דעם נאטיץ אז איך דארף עס באנייען?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 12:50 pm
דורך צייטליך
איך גלייב אז עס ווענצעך וועלעכע אדרעסס די האסט אריינגעלייגט ביים רינוען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 2:45 pm
דורך אויפריכטיג
ביים רינוען האט מען נישט געדארפט אריינלייגן קיין אדרעסס.

ווי לאנג נעמט פונעם רינוען ביז עס קומט אן?

פארעפענטליכט: שבת יוני 02, 2012 10:45 pm
דורך leiby
זיי שרייבן צוויי וואכן און אזויפיל האט עס גענומען ביי מיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 23, 2014 11:48 pm
דורך שנאפס
די איי טעסט קען מען אפלאודן אנליין אדער מען ברויכעס אריינשיקן דורך די פאסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:17 am
דורך moshele11211
אנליין
קודם דארפסטו אויספילן דעם צעטל ביים דאקטער
http://dmv.ny.gov/forms/mv619.pdf
דערנאך גייסטו דא, זיי בעטן די אינפארמאציע פונעם דאקטער
https://transact.dmv.ny.gov/PhotoDocRenewal/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:56 am
דורך שנאפס
טענק יו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:52 pm
דורך יענקעלע
היינט אריין צו הצלחה גלעזער סטאר אויף ליע עוועניו, ער שיקט מיר אריין אין די בעק אין די דאקטארס רום, דער דאקטער הייסט מיך ארויפזעצן אויף די גרויסע בענקל.

פארדעקט איין אויג און הייסט מיר פארליינען די קליינע בוכשטאבן אויפן קעגן איבער וואנט אינדעצייט וואס ער מאכט דאס קלענער און קלענער, דערנאך די זעלביגע אויפן צווייטן אויג.

נאכדעם נעמט ער ארויס א בוק וואס האט אסאך קליינע קאלערדיגע באליס און אינמיטן א נומבער וואס איז נאנט צו דעם קאליר, ער מישט איין בלעטל נאכן צווייטן און איך דארף ארויסליינען די נומבער, ער זאגט אז מיט דעם טשעקט ער די "קאליר בליינד".

ער פילט מיר אויס די צעטיל און בעט מיר גאנצע צוואנציג טאלער פאר דעם שפיל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:33 pm
דורך שנאפס
נעקסטיים גיי צו הצלחה אין זיין נייע לאקאציע ביי בעדפארד און ראטלידזש, עס נעמט בערך די זעלבע לאנג און דו וועסט בלייבן מיט צען דאלער מער אין טאש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 9:15 pm
דורך יענקעלע
וואסיז פשט אז דארט איז ביליגער? ס’קומצעך מיר א קנס אין אלט וויליאמסבורג?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 9:37 pm
דורך מיסטעריעז
שנאפס האט געשריבן:הצלחה אין זיין נייע לאקאציע ביי בעדפארד און ראטלידזש,

הצלחה‎ ‎ביי בעדפארד און ראטלידזש‎??‎
ס‎'‎איז‎ williamsburg optical'ס‎ ‎נייע לאקאציע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:18 pm
דורך יענקעלע
דינסטיג גלייך מיטן צעטיל פון הצלחה זעמיר געגאנגען רינוען אנליין

היינט מאנטיג ווייניגער ווי א וואך שפעטער איז די קארטל שוין געליגען ביי מיר אין פאסט קעסטל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:35 am
דורך שנאפס
סארי פארן טעות, הרב סאנדעל פון הופפער סט האט זיך געצויגן צו בעדפארד ראטלידזש