בלאט 1 פון 1
קאר סידי פלעיאר ארבעט נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:52 pm
דורך גרויזאמער
איך מוטשע זיך שוין ארום דא א לאנגע צייט, אבער פלוצים כאפ איך זיך, אונז האמיר דאך א קרעטשמע פאר א סיבה...
מיין קאר סידי פלעיאר ציט נישט אריין די סידי. דאס הייסט אז איך בין זיכער אז די גאנצע סיטעם ארבעט, די ראדיאו ארבעט (רח"ל), די ספיקערס, און ווען מען לייגט אריין די סידי הערט מען אז עס "וויל" עס אריינשלעפן, עס פראבירט, מען הערט די קול, אבער זעהט אויס אז עס האט נישט גענוג פאוער, סאומטינג לייק דעט.
עס העלפט נישט ווען מען שטופט עס אריין אויך נישט, וויאזוי עס ליגט ליגט עס. און עס וועט זיך נישט דרייען.
דער מעכאניקער האט מיך געזאגט צו קויפן א סידי פלעיאר קלינער, ווייל לויט אים איז די פראבלעם אז מען דארף דארט גוט ארומווישן. אבער איך האב געקויפט דער סידי וואס קלינט אויס די לענז פון די סידי פלעיער, (עפעס אזא פראדוקט
http://www.amazon.com/Fellowes-99761-CD ... B00006B8KAאבער דער פראבלעם איז אז מיט דעם סידי אליינס געשעט אויך די זעלבע זאך.
האט איינער עקספיריענס מיט דעם? אדער, איז דא איינער אין ברוקלין וואס קען מיר עס פיקסן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:05 pm
דורך גרויזאמער
דער אינגערמאן דארט, זעהסט אים? ער געט זיך א לאז אראפ א צפיה'לע אינעם אשכול, און לויפט ווייטער ווי נישט אים מיינט מען. עטליסט זאג מיר אז דו ווייסט נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:09 pm
דורך farshlufen
רב גרויס, איך בין עס געווען, לדאבוני ווייס איך נישט קיין ענטפער.
אני כשלעצמי האב געקויפט א נייע (טעיפ רעקארדער) אודיאו רעסיווער, פולי לאודעד מיט אלע שטותים פאר נישט קיין טייערער פרייז ביי קראטשפיעלד און עס אליין אינסטאלירט, עס לוינט כמעט נישט צו פארעכטן די אלטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:10 pm
דורך סתם_אזוי
farshlufen האט געשריבן:רב גרויס, איך בין עס געווען, לדאבוני ווייס איך נישט קיין ענטפער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:28 pm
דורך יאנאש
נאו קלו וואט טו דו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 1:37 pm
דורך איך_הער
איך בין צוגעוואוינט אז ווען מ'ווייסט נישט, אימען שטיל, אבער אז דו פארלאנגסט? אידעך אנאנאדערע מעשה.
סאו היער איי עם, כ'ווייס נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:03 pm
דורך lebediger berel
איך האב געהאט די זעלבע מעשה מיט מיין געליסטע קאר, כ'האב עס אריין געטראגן צום דילער, זיי האבן עס גערן געפיקסט (האנדא) אן קיין שאלות, ס'איז א מחי' יעצט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 3:07 pm
דורך גרויזאמער
אה, אוקעי, טענקיו טענקיו יישר כח! גענוג גענוג. אקעי נאר דער וואס ווייסט זאל זיך אנרופן, סארי סארי.
איך האב מיך עכט דערמאט פון דעם באקענטן מעק-פיסי עד
http://movies.apple.com/movies/us/apple ... 80x272.movאיך האב מיך געטראפן שטיין ווי דער פי.סי. ווערט צום סוף באווארפן מיט טענקיו'ס...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 6:39 pm
דורך פאטאקי08
קיין עצה פאר די סידי פלעיער האב איך נישט (איז עס טאקע פון יענע קאר?)
אבער אז שכח פאר די מעק עד קען איך זאגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 8:15 pm
דורך גרויזאמער
יא פאטאקי, עס איז די קאר וואס דו האסט מיר געשאפן די קאר-פעקס. א יישר כח נאכמאל!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 8:20 pm
דורך lebediger berel
יעצט פארשטיי איך שוין, אז ס'איז נישט קיין ליעס, האסט עס געדארפט זאגן קודם אז מ'רעדט דא פון א גענוצטע קאר וואס האט נישט קיין שום גאראנטי וכו'
פארוואס זאג איך אייך דאס
ווייל כ'זע אסאך מאל ביים מקעניק ווען כ'קום מאכן א אויל טשעינדזש אדער טוישן א ווייפער בלעיד וכדו' אז ס'קומען אינגעלייט מיט געליסטע קארס און לאזן פארעכטן זייערע אויטאס פאר טייער געלט ביים מעקעניק און ס'טוט מיר וויי אז אידיש געלט גייט לאיבוד בשעת ווען כ'טראג אריין מיין אויטא צו א האנדא דילער נעמט מען מיך אויף בכבוד גדול און ס'קאסט נישט קיין פעני, און נאך דעם קאלט מען מיך נאך אהיים פון די העדקוואטערס צו איך בין געווען צופרידן פון די סערוויס
פארשטייט זיך אז בפניו פון מיין פריינט דעם מעקעניק קען איך גארנישט זאגן פאר די אינגעלייט. האב איך דאס געוואלט ארויסברענגען ביי דעם אשכול אבער למעשה קען איך דיך ליידער גארנישט העלפן
און קוק מיך נישט אן אזוי גרויזאם אקעי...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 1:47 am
דורך יאנאש
בערעל, וואס הייסט האנדא מאכט דיר די אויל טשענשעס פאר אומזינסט? רעדער טוישן זיי אויך?
אויסער איז וויכטיג צו געדענקן אז זיי פארשרייבן די מיילעדש יעדעס מאל וואס דו ברענגסט עס אריין צו זיי וד"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 24, 2009 10:04 am
דורך lebediger berel
יאנאש.
1. איך רעד נישט פון מעינטענעס, איך רעד פון ריפעירס צב"ש סידי פלעיאר
2. האסט באמת ארויס געברענגט זייער א וויכטיגע פוינט פאר די וואס פארן אסאך. מען דארף דאס שטארק אין באטראכט נעמען וד"ל