בלאט 2 פון 4

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 6:07 pm
דורך לאז געמאכט
אז מ'קען קעמען... :P

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2009 8:41 am
דורך יגרסהדותא
איך גלייב אז דו ווילסט עס ניצן צו פארן ארויף און אראפ און די קעטסקילס. איך בעט דיך, נוץ נישט קיין אלטע קאר, איין מאל סטאק ווערן אינמיטן וועג, וועט דיר אפקאסטן צער עגמ"נ און געלט [צער ריפוי שבת בושת בלע"ז..]

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2009 8:47 am
דורך לאז געמאכט
שקויח יגר פאר די גוטע עדווייז,

לענינו קודם איך פאר נישט אין די קאנטרי,
דערנאכדעם איך זוך עני וועי נישט קיין הינקעדיגע קאר, כ'זוך א גענוצטע אבער א גוטע.

בנוסף לזה האט זיך יענער קיינמאל נישט געמאלדן צו מיר אין אימעיל, סא דערווייל איז עס נישט נוגע בכלל.

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2009 9:13 am
דורך שמיי_דריי
איך האב געהערט אז עס איז דא א וועב סייט ווי מען קען איבערנעמען ליעסעס פון מענטשן. די פראבלעם איז אבער אז איך ווייס נישט וואס די אדרעס פון יענע וועב זייטל איז. איך וועל עס פרובירן געוואואר צו ווערן

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2009 9:27 am
דורך לאז געמאכט
שכח שמיי דריי...

אנהויב פון דעם אשכול האט מען גערעדט דערפון, און יא ס'דא אסאך וועב סייט'ס אויף דעם, אבער דערווייל האביך נישט געטראפן עפעס אונטערסאנט דארט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:02 am
דורך פוילישער
איך זוך איבערצונעמען א ליעס פאר אפאר חדשים, א קאר אדער מיני ווען, שיקט ביטע דעטאלן אין אישית.

ישר כח.

געשריבן: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:42 am
דורך bailout
פוילישער קוק דיין אישית, און פאר סיי ווער ס'ווייסט פון איינעם וואס איז אינטערעסירט איבערצונעמען א מיד-סייז קאר מיט אסאך מייל וואס די ליעס ענדיגט זיך סוף אקטאבער, זאל זיך מעלדן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:14 am
דורך תו השמיני
פרטים?

געשריבן: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:55 pm
דורך שמיי_דריי
בעילאוט שיק מיר ביטע די פרטים...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 12:14 pm
דורך שלמי
איך האב געפלאנט צו איבערנעמען א קאר פון http://www.SwapALease.com אדער פון http://www.LeaseTrader.com אבער איך האב פונקט נישט געזעהן וואס איך האב געוואלט.
(איך האב נישט געוואלט קיין אַדיעסי אדער קעמרי...)

זיי האבן ביידע א גרויסן אויסוואל און עס איז זייער שייך צו טרעפן א גוטן דיעל.
מען ברויך אבער צאלן געלט צו רעדן צום באטרעפענדע מוכר.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 22, 2010 1:01 pm
דורך ווער בין איך?
איך זוך איבערצוגעבן מיין ליעס אויף מיין האנדע אדיסי, איך האב אויף דעם 20,000 מייל פער יאר.
פאר מער פרטים ביטע זיך פארבינדן אין גוגל טאלק אויף:
verbinich@gmail.com
יישר כח

געשריבן: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:19 pm
דורך אייער_קיכל
נעכטן געזען אדעווערטייזט א נייע היימישע קאר ליעס "שדכן", כ'האלט ס'איז זייער א גוטע איידיע טראץ וואס אין די גויאישע וועלט איז שוין לאנג דא אפאר אזאלכע קאמפאניס, איז עס פארט א דורכברוך ביים היימישן ציבור!

(איך האלט אז א "וועבסייט" איז א גרויסע שליסל פאר אזא ביזנעס, מ'קען זען קלאר אלע דיטעילס פון די קאר וכדו', קוקט נישט אויס אז ער האט שוין)

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 6:23 pm
דורך היימישער איד
ארויפגעברענגט לכבוד די בעפארשטיינדע זומער סעזאן. די ליעס מעטש פירמע שטייט נאך? שוין לאנג ניש געזען עדווערטייזט.

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 9:33 pm
דורך שגאגיע
אויב האט איר א ליעס איבערצוגעבן אדער איר ווייסט פון איינעם, ביטע לאזן וויסן...

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2012 9:31 am
דורך משיח
איך האב א אלטימא וואס איך זיך איבערצוגעבן, ליעס לויפט אפ אין 15 חדשים, 1000 מייל א חודש.

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2012 9:11 am
דורך tell.me.something
וויפיל א חודש?

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2012 1:36 pm
דורך צייטליך
איך זיך איבערצונעמען א ליעס פאר די קומענדיגע 4-5 חדשים. ביליגסטע קאר מעגליך.

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2012 3:00 pm
דורך אויפריכטיג
פרוביר אנצופרעגן ביי סיגנעטשור ליסינג.

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2012 4:15 pm
דורך שנאפס
פאר דריי חדשים האט ער אויך?

שדכן ליעסינג

געשריבן: מאנטאג יוני 04, 2012 7:56 am
דורך שטרוי
היינט אין די די קלאסיפייד,

שדכן Leasing - Want to give up a lease - going on vacation - make money over the summer call 347- 292-9120 leave detailed mess.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2012 1:51 pm
דורך שמחת החיים
משיח האט געשריבן:איך האב א אלטימא וואס איך זיך איבערצוגעבן, ליעס לויפט אפ אין 15 חדשים, 1000 מייל א חודש.

מה יקר? און וואספארא אלטימא? איך מיין צו פרעגן וועלכע יאר?

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 2:27 pm
דורך שנאפס
איך זוך איבערצונעמען א ליעס פאר 2-3 חדשים

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 2:40 pm
דורך משיח
שמחת החיים האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איך האב א אלטימא וואס איך זיך איבערצוגעבן, ליעס לויפט אפ אין 15 חדשים, 1000 מייל א חודש.

מה יקר? און וואספארא אלטימא? איך מיין צו פרעגן וועלכע יאר?

2012, אויב ווילסטו מער פרטים קאנטאקט מיר אין אישית ביטע.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 5:21 pm
דורך שמעק_טאביק
שנאפס האט געשריבן:איך זוך איבערצונעמען א ליעס פאר 2-3 חדשים


וואס זוכסטו? א קאר? ווען?

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 5:54 pm
דורך שנאפס
פול סייז קאר