בלאט 1 פון 1
גוטע הייבריד SUV
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 11:07 am
דורך שוועמל
אזויווי איך קלייב מיך יעצט צו קויפן א נייעם אויטא, דאס מאל זוך איך דוקא א גרויסע פול סייז "סובארבן" טייפ קאר, אבער די טראדיציאנאלע סובארבענס פרעסן גאר אסך גאז, א זאך וואס איך זוך יעצט צו פארמיידן.
צווישן מיין ליסטע זענען:
היילענדער - טאיאטע
יוקאן - טשעווי
עסקעיפ - פארד
Q7 - אודי
ארמאדא - ניסאן
אויך זוך איך ס'זאל פארן ווי מער SMOOTH, מוז נישט זיין פולי לאודעד. לכתחילה וואלט איך גענומען א יוזד מיט 10K מייל וואס איז שוין א צען אלפים ביליגער.
איינער וואס האט מער אינפארמאציע אדער עקספיריענס זאל ביטע באריכטן
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 11:17 am
דורך צוביילטער
איך מיין אז "קאנסומער רעפארטס" וואלט פאר דיר געקענט אסאך ארויסהעלפן בנוגע די אויטאס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:01 pm
דורך יאנאש
היילענדער איז טייני, עס איז לגמרי נישט קיין סעבורבן טייפ קאר.
די עסקעיפ איז אויך זייער קליין, און אזוי אויך די קיו סעווען און די ארמאדא.
איך ווייס נישט פארוואס דו זוכסט דייקא א סעבורבן טייפ אויטא, אבער אויב איז עס צוליב די משפחה איז גרעסער געווארן זענען דיעזע קארס זיכער נישט קיין אפציע.
און איבער גיין גרין זאלסטו וויסן אז עס נעמט פינף יאר זיך צו שפארן אויף די געז (ספעציעל מיט די איצטיגע צוויי פופציג - דריי טאללער א גאלאן) די עקסטערע געלט וואס מען צאלט איבער אויפן הייבריד (בערך פינף אלפים) און אויב זענט איר נישט קיין קראנקער ליבעראלער דעמאקראט, לוינט אייך נישט צו מקריב זיין דאס געלט אויפן מזבח ה'גלאובל ווארמינג.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:59 pm
דורך שוועמל
אה, דאס וויל איך הערן יאנאש, זאג נאך וואס דו ווייסט.
ארמאדא זעהט אויס פונדרויסן א גרויסע קאר. Q7 ווייס איך איז נישט גרויס ענליך צו די לעקסוס סטייל.
איך וויל וויסן וועלכע מאדעלן זענען יא פול-סייז, די גרעסערע.
מיט דיין פוינט אויף הייבריד ביסטו גערעכט, דערפאר האב איך געשריבן אז איך וויל נישט קויפן קיין ברענד נייע קאר, נאר מיט א 10 טויזענט מייל איז פונקט גוט און ס'יז פול ביליגער.
דאך אבער, ווען מען שפארט עפעס אין טאש אויף אויסברענען גאז איז עס בשעת מעשה א גוטער פיהלינג
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:05 pm
דורך יאנאש
איך ווייס גראדע זייער ווינציג, אויב איז דיר נישט שווער ביטע זאג מיר פארוואס דו האסט אפגעמאכט אז דו גייסט עס יו ווי, וואס איז שלעכט מיט א 'וויני מען' (קרעדיט: ליפא שטויבער)?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:46 pm
דורך שוועמל
ווייל איך בין געוואוינט צו דרייוון א ווען אין פריערדיגע צייטן, און מ'זיצט הויך, "you own the road ווי מ'רופט עס.
לעתים האב איך געדרייווט א נימי ווען.. און ס'יז ננננישט...וואס זאל איך דיר זאגן, ס'איבלט מיך דארט.
איך ברויך א גרויסע ברייטע קאר
א עסקאלעיד וויל איך נישט נעמען ווייל איך האב ב"ה נאכנישט אנגעזעצט א האלבע שטאט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:56 pm
דורך farshlufen
שוועמל, איך מיין אז דו זיכסט א זאך וואס עס איז נאך דערווייל נישט פארהאן, דהיינו די גאנצע הייבריד ליין איז זייער ניי, און א גוטע, גרויסע, יוזד און SUV איז נאך נישט דא אויפן מארקעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:17 pm
דורך וואלדעק
פאר א גרויסע SUV, ס'זאל זיין די גרויס פון סובארבען, זענען דאס דיין אפשינס.
4 ראננער - סעקויע - טאיאטע
יוקאן- סובערבען - טאההא - טשעווי
עקסקארשען - פארד
ארמאדא - ניסאן
דארענגא - דאדזש
אספאן - קרייסלער
קודם דארפסטו מחליט זייו וויפיל דו האלסט ביים צאלן, די פרייזן לויפן פון 25 ביז 60 אלפים.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:26 pm
דורך שוועמל
farshlufen האט געשריבן:שוועמל, איך מיין אז דו זיכסט א זאך וואס עס איז נאך דערווייל נישט פארהאן, דהיינו די גאנצע הייבריד ליין איז זייער ניי, און א גוטע, גרויסע, יוזד און SUV איז נאך נישט דא אויפן מארקעט.
אקעי, איך בין גרייט אויפצוגעבן אויף הייבריד
אקעי וואלדעק זע איך זאגט עפעס........
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:42 pm
דורך farshlufen
וואלדעק האט געשריבן:פאר א גרויסע SUV, ס'זאל זיין די גרויס פון סובארבען, זענען דאס דיין אפשינס.
רעוו 4 -
וואס? דאס איז דאך קליין ווי א קאצקע צוקער?
וואלדעק האט געשריבן:דארענגא - דאדזש
אספאן - קרייסלער
איינס און די זעלבע זאך, דאס איז נאר גרויס פון אינדערויסען, אינעווייניג איז עס קליין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:48 pm
דורך וואלדעק
פארשלאפען ביזסט גערעכט איבער די רעוו 4. איך האב געמיינט די 4 ראננער.
די דאדזש און קרייסלער האב איך נאכנישט געזעהן פון אינעווייניג, אבער לפי ידיעתי זענען די נייערע מאדעלס דערפון (פון 2007און ווייטער) יא גרויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:51 pm
דורך farshlufen
איך האב שוין געדרייווט דעם קרייסלער דאדזש מאדעל, עס איז ריזיג פון אינדרויסען, פרעסט גאזאלין ווי א פול סייז ווען איין מעלה נאר: עס האט גוטע שפיגלען...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:01 pm
דורך וואלדעק
לגבי געז,
קרייסלער דאדזש פרעסט אפנארמאל געז.
די שעווי און GMC נייערע מאדעלס (2007 און ווייטער) זענען גאנץ בחסד פאר הייוועי אבער לאקאל נוצט עס היבש.
טאיאטע איז לויט מיין ידיעה די בעסטע און געז עס נוצט נישט צופיל מער (אויב בכלל) פון עני שעווי מיניווען.
ניסאן פרעסט אויך היבש געז.
פארד ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 5:35 pm
דורך שוועמל
אקעי איך האב יעצט אפגעשמעלערט מיין סעלעקצי צו 4 מאדעלן:
טאיאטא סעקויע
לינקאלן נעוויגעטאר
פארד עקספאדישאן
שעווי יוקאן
אויפן מאמענט גלייך איך די סעקויע, אבער איך וויל הערן פון איינעם וואס האט עס שוין געדרייווט אביסל פרטים, וויאזוי ס'פארט, פיק-אפ, גרויס, וכו'.
דאנקע פון פאראויסע..
פארעפענטליכט: שבת מאי 02, 2009 10:18 pm
דורך צום זאך
צווישן די פארד עקספאדישאן און די לינקאלן נעוויגעיטאר, איז נישט קיין גרויסע נפק"מ (די פאר עקסטערע פיטשערס קענסטו האבן אין די פארד אויך, פאר אפאר $$) א חוץ אז פאר די "לינקאלן" צאלסטו איטליכע אלפים מער דזשאסט פאר די נאמען.. במילא קענסטו שמעלער מאכן די ליסטע צו 3
נ"ב, גראדע קען איך קוים ווארטן דיר צו זעהן מיט א "לינקאלן נעוויגעיטאר"...
פארעפענטליכט: שבת מאי 02, 2009 11:11 pm
דורך mz1268
פון מיין עקספיריענס: פאר א עס יו ווי צאלט מען מער, האט ווייניגער פלאץ בעיקר פאר luggage, פרעסט געז, קעגן א "וויני מען".
But it is very cool
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 9:53 pm
דורך צום זאך
נו וואסי געבליבן?
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 19, 2009 9:20 pm
דורך לוסטיג
איך ווייס נישט אויב סאיז נאך אימטערעסאנט אבער ידיעתי השפל זאגט אז א טיאטא היילענדער דארף צו זיין די בעסט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:03 pm
דורך שוועמל
איינער ווייסט איבער א "דאדזש זשורני" קאר?
איך האב באקומען א גוטע אפפער פון 230 א מאנאט פאר א נייע 2011 מאדעל.
די סיטס קען מען גענצליך אראפלייגן, די ענזשין איז א נייע מיט 283 HP.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 6:37 am
דורך farshlufen
שוועמל, עס איז נישט גרויס, די לעג רום איז נישט איי איי איי.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 9:59 am
דורך be smart
שוועמל האט געשריבן:איינער ווייסט איבער א "דאדזש זשורני" קאר?
איך האב באקומען א גוטע אפפער פון 230 א מאנאט פאר א נייע 2011 מאדעל.
די סיטס קען מען גענצליך אראפלייגן, די ענזשין איז א נייע מיט 283 HP.
dont like dodge @ all are u financing or leasing ??
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 04, 2011 5:36 am
דורך גולם
שוועמל! האסטו געזען מיין תגובה וואס כאב דיר געשיקט אין אישי