בלאט 1 פון 1

דאבעל פארקינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 8:52 am
דורך סתם_אזוי
איך האב געהערט פון איינעם אז ווען עס איז "אלטערנעיט סייד פארקינג" אויף איין זייט מעג מען דאבבעל פארקען אויף די צווייטע זייט. איז דאס אמת? און אויב יא, פארוואס זעה איך נישט אז מען זאל דאבבל פארקן אין ווילימסבורג אין די שעה פון אלטערנעיט סייד פארקינג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 9:16 am
דורך שמיי_דריי
אויף די גאסן ווי ס'דא א סקול טאר מען נישט פארקן דאבעל

אויף רוב גאסן מעג מען יא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 9:23 am
דורך שוועמל
מקור?

איך האב שוין כמ"פ באקומען טיקעטס פארן דאבל פארקן בעת SRC
אין ווילי איז עס נישט קיין אנגענומענע היתר, אבעער אין געגענטער ווי פארק סלאופ יא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 9:38 am
דורך סתם_אזוי
וואס מיינט SRC?
און דאס איז מיין שאלה, פארוואס איז דאס נישט אנגענומען אין ווילי? מען קען באקומען א טיקעט, אדער זענען מענטשן סתם פויל צו רוקן די קאר נאך א שעה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:00 am
דורך שוועמל
SCR מיינט סטריט קלינינג רולס.

נישט מען 'קען' באקומען נאר מען 'באקומט' טיקעטס אין ווילי.

פארוואס פרעגסטו? דעי אנטיסעמיטן דארטן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:05 am
דורך שמיי_דריי
איך בין געוועהן פאר אפאר וואכן צוריק אין בארא פארק און אלע קארס זענען געפארקט דאבעל ביי די אלטערנעט סייט פארקינג שעות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:08 am
דורך שוועמל
אקעי איך דערמאן זיך יעצט א שמועס אמאל, אז אין ווילי פלעגט מען דאס אויך טאן, און אזויווי די באסעס פלעגן האבן שוועריקייטן זיך איינדרייען אין די גאסן האט דאן ארי' לייב גלאנץ געבעטן די אינסטאנצן יא אויסצוטיילן טיקעטס כדי מען זאל נישט קענען פארקן אפילו ביי SCR.

דאס גייט צוריק א 20 יאר צוריק, און סיז שוין געבליבן אזוי, אפילו ס'פארן נישט קיין באסעס געווענליך פון 11 ביז 1.

איך ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:09 am
דורך סתם_אזוי
נישט נאר אין בארא פארק. אין אלע גאסן ארום וויליאמסבורג איז אזוי. ממש א גאס נאך דארט וואו די אידן וואוינען.
אויב מען באקומט אזא טיקעט קען מען עס פייטן? מעג מען ליגעל באקומען אזא טיקעט?

--
שוועמל האט אריינגעהאקט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 12:39 pm
דורך ראמני 08
איך בין געווען אין די וועסט סייט זייער אסאך מאל
אין דארט פארק מען אויך דאבל ווען עס איז אלטערנעיט סייד פארקינג
איך בין טאקע איינמאל געבלאקט געווארן אין געדארפט ווארטן א האלבע שעה ביז יענער איז ארויס געקומען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 1:32 pm
דורך סאדע_באטל
לויט די געזעץ, טאר מען נישט דאבל פארקן ! פיריאד. קיינמאל!!!
איי ווי זאל מען לייגן די קארס בשעת אלטערנעט סייד איז אין אפעקט, די קשיא האט שוין הבל געפרעגט קין...

אבער אין בארא פארק וכן אין אסאך אנדערע געגענטער, האט די קאמיוניטי באורד אויסגעארבעט מיט די פריסינקט, אז מען זאל מעגן דאבל פארקן, און מען זאל קוקן די אנדערע וועג, אבער טעקניקלי טאמער מען באקומט א טיקעט, קען מען גארנישט טוהן דערצו.
אפילו אין די געגענטער ווי עס איז יא ערלויבט, איז אויך נישט ערלויבט צו דאבל פארקן אויף א גאס וואו עס פארן סיטי באסעס.
פון די היימישע געגנטער, מיין איך אז נאר אין בארא פארק מעג מען, אין פלעטבוש באקומט מען טיקעטס, אין וויליאמסבורג באקומט מען טיקעטס.