בלאט 1 פון 1

פסח'דיג מאכן די קאר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 3:06 pm
דורך bailout
דער עולם ווערט געבעטן דא מיטצוטיילן מיטן עולם עצות אין טיפ'ס וויאזוי צו פסח'דיג מאכן די קאר, מיין ווייב האלט עס נישט ביים מאכן, דיין ווייב יא?...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 3:08 pm
דורך bailout
..

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 4:02 pm
דורך קרעמער
כשר לפסח קאר וואש אין וומס"ב מיר זענען שוין אפען 433 פארק עוועניו
ספעשיל דיסקאונט פאר די ערשטע 50 קארס.
שעות: פון 8 אזייגער צופרי ביז 12 אזייגער ביינאכט, פרייע דראפ-אפס אינדערהיים, אפיס, און סאב?

עד כאן פון דבר יום ביומו.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 1:18 pm
דורך bailout
וויפיל בעט ער?
אה...לאמיך קאלן דבר יום ביומו.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 3:21 pm
דורך אונגארישער
בעלאוט פראביר ציבאצאלען פאר דיין ווייב 120 $ לאמיר זאגען אפשר וועט זי עס וועלען מאכען פסחיג

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 2:46 pm
דורך bailout
אונגארישער האט געשריבן:בעלאוט פראביר ציבאצאלען פאר דיין ווייב 120 $ לאמיר זאגען אפשר וועט זי עס וועלען מאכען פסחיג

די עיקר וואס איך ציל איז, אז די קארוואש לעבן מיר בעט $40 צו מאכן זויבער פון אינעווייניג, וויל איך וויסן אויב ס'איז ווערט, מ'דארף עס נישט איבערמאכן, אדער איז ער טייער, און ס'איז דא ביליגער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 3:02 pm
דורך אונגארישער
פאר פערציג טאלער באקימסטו מסתם א פלעינע פלעינע וועקיום

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 3:09 pm
דורך bailout
אונגארישער האט געשריבן:פאר פערציג טאלער באקימסטו מסתם א פלעינע פלעינע וועקיום

ס'קוקט אויס די באהאלטסט דיטעילס, זיי מוחל דערצייל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 3:20 pm
דורך אונגארישער
ניין פשוט ווייל פאר פערציג דאלער גלייב איך נישט אז די באקימסט א טארא דזשאב

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 7:07 pm
דורך דארפסמאן
סא וואס איז געבליבען , וויפל בעט דער אויף פארק עווי ? 120.00 ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 11:21 pm
דורך שוועמל
פון עקספיריענס.

עס לוינט צו גיין צו א איד וואס ווייסט וואס צו זוכן. חמץ.

איינער דערציילט ער איז געגאנגען איין יאר צו אגוי און געפונען א פרעצל אונטערן סיט חוה"מ. טאקע שיין געגלאנצט די קאר אבער חמץ האט ער געהאט.

מען דארף זיכער מאכן אז א איד נעמט קער און איז עומד על המשמר און קוקט אלעס איבער. קענסטו אפשר יוצא זיין מיט זיין בדיקת חמץ.
(להלכה ווייס איך נישט)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2009 8:36 am
דורך bailout
ווי אייביג איז שוועמל דא מיט זיין נוצליכע אינפארמאציע.
ייש''כ!