בלאט 1 פון 1

שארטסעיל אויף קאר פיינענס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2009 7:29 pm
דורך לחיים ולברכה
איך האב א פיינענס אויף מיין קאר, און ס'זעהט נישט אויס אז דער קאר וועט דורכלעבן ביז'ן אויסצאלן די פיינענס. ווייסט איינער צו מ'קען מאכן א שארטסעיל דערויף?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 3:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
חיים ברוך, יא ס'איז דא אזא זאך, איך קאן מער ווי איינעם וואס האט געמאכט א שארט סעיל אויף א קאר.

די פראסעס איז געווען זייער פשוט, די אונער האט געהאט א האנדא, אויף זיין ווייב'ס נאמען, ער האט אריינגעקאלט האנדא דריי טאג פאר די נעקסטע פעימענט איז געוען דא, און ער זאגט זיי אז זיי קענען קומען אויפפיקען זיין קאר, ס'ליגט דא אין פראנט פון זיין הויז, און ווען זיי קומען זאלן זיי עם קאלן, ער וועט זיי צוברענגען די שליסל...

זיי האבן אנגעהויבן טענה'ן מיט עם, ס'הייסט? דו האסטעס געקויפט, דו מוזט באצאלן, זאגטער, סארי, ביסט 100 פראצענט גערעכט, אבער אין לי! כאניש! כ'בין א נארמאלע מענטש, כ'קאל דיך פאר די פעימענט איז דא, און כ'זאג דיר די פראבלעם...... זיי האבן עם נאך אביסל משיגע געמאכט, מ'האט עם געפרעגט וויזוי ער גייט גיין צו די ארבעט יעדן טאג, האטער געזאגט אז ווען ער האטווען א דזשאב וואלטערדעך געקענט באצאלן די קאר.... זיי האבן געפרעגט צו ער האט געלט אין די באנק, האטער געזאגט אז ניין....... וואס וועט זיין מיט זיין קרעדיט? .... א.א.וו......ביז...

ביז זיי האבן געפרעגט צו ער וויל איינגיין אויף א דיעל, האטער געענטפערט אז ער האט נישט פון ווי צו נעמען ס'געלט, איינצוגיין אויף א דיעל, אבער ער האט א חבר, וואס איז גרייט אפצוקויפן פון עם די קאר, פאר כך וכך.... זיי האבן עם געזאגט אז א סופערווייזער גייט עם צוריקקאלן....

א פאר טעג שפעטער, קריגטער א קאל, און טאקע פון די סופערווייזער, און נאך אפאר מינוט איז מען איינגעגאנגען אויף א ענליכע דיעל וואס "זיין חבר" (וואס איז נישט געווען א צווייטער ווי ער אליין, נישט פארגעסן, די קאר איז לכתחילה געווען אויף זיין ווייב'ס נאמען..) איז גרייט געווען צו צאלן, און ער האט געמאכט דעם דיעל.....

אויב ווילסטע וויסן מער פרטים, פארבינדעך מיט מיר אין אישית......

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2009 4:09 pm
דורך איך_הער
א טיפיקל חסיד.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 12:51 am
דורך אזוי נארמאל
איך הער

הערנאר.
דער גביר וואס וויל מאכן אפאר איבריגע מיליאנען, מעיג מאכן א שארט-סעיל.

אבער דער וואס מוטשעט זיך מיטן וועכענטליכן בודזשעט, אויב מאכט ער א שארט-סעיל כדי צו קענען באצאלן זיין געשוואלענע גראסערי ביל איז ער א טיפיקל חסיד...

די איראניע איז גרעסער ווי מיין געלעכטער קען זיין...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 4:47 pm
דורך איך_הער
האסט פון מיינע דריי ווערטער געקענט ארויס נעמען עפעס פאזיטיוו אויך.

כ'האב געמיינט צו זאגן, וואס פאר א חסיד פאלט נישט אלץ איין.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 07, 2009 7:56 pm
דורך שטרויזאק
איך_הער האט געשריבן:האסט פון מיינע דריי ווערטער געקענט ארויס נעמען עפעס פאזיטיוו אויך.

כ'האב געמיינט צו זאגן, וואס פאר א חסיד פאלט נישט אלץ איין.


איך האב אויך אזוי געטראכט, ווי מען זאגט אמאל "א גמרא-קאפ".

פארעפענטליכט: שבת פבואר 07, 2009 9:41 pm
דורך איך_הער
יישר כח שטרויזאק פארן דן זיין לכף זכות.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 12:33 pm
דורך אזוי נארמאל
אקעי כ'הער.