בלאט 1 פון 1

קענסלען א ליעס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 3:35 pm
דורך אומשולדיג
העלאו.

ווייסט איינער וואס איז די קנס אויב איינער קענסלעט א קאר ליעס אינמיטן די ליעס טערמין?

טענקס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:00 pm
דורך וואלוועלע
ווי ווייט מיין אינפראמאציע איז קען מען דאס געווענליך נישט טוהן, אבער יו קאלד טריי יאר לאק און אריינרופן די קאמפאני אפשר וועט עס דיר געלונגען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:02 pm
דורך ראמני 08
זאג נאר וועלוועל די ווייסט אדער די ווייסט נישט מעיק אפ יאר מיינ

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:05 pm
דורך וואלוועלע
איין מינוט האסטו געפרעגט די קושיא אדער א אומשילדיגער האט געפרעגט די קושיא, און אויב פארשטייט ער נישט קען ער מיר שיקן א פריוואטע הודעה
און דיר ראמני זאג מיר קען עיך דיר פון ערגעץ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 4:28 pm
דורך אונגארישער
אומשילדיג אויב מעג איך פרעגען ביי וועם האסטו דעם ליעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 6:24 pm
דורך lebediger berel
אומשולדיגער פארוואס גייסטו נישט צו גוגל טייפ אריין די ווערטער how to stop a lease קענסט עס קאפיען און פעיסטן פון דא כ'האב געזען גאנץ גוטע וועב סייטס וואס רעדן פון דעם נושא,
די זעלבע זאך פאר אלע וואס זוכן עצות אויף אזעלכע זאכן לייגט אריין אייער פולע פראגע אויף ענגליש אין גוגל, מ'באקומט הפלא ופלא'דיגע ענטפערס.
מ'דארף איין זאך געדענקען
"כבדהו וחשדהו"
מ'דארף אליין נאכגיין וואס מ'זעט דארט צו ס'איז אמת

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 6:26 pm
דורך אומשולדיג
איך האב נישט קיין ליעס. איך וויל אבער ארויסליעסן א מיני ווען פאר מיין ביזנעס. איף האף אי"ה אז מיין ביזנעס וועט בקרוב געברויכן א טרעקל אדער א גרעסערע ווען, אבער מיט א ליעס ווער איך געבינדן אויף 3 יאר, דערפאר פרעג איך וויפיל איז די קנס ביים קענסלען א ליעס. אויב עס איז גאר אסאך געלט, לוינט זיך אפשר צו דינגען אויף דערווייל.

פארשטייסט?

שכח פאר'ן מיך אזוי גערן ענטפערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 6:27 pm
דורך אומשולדיג
רבי רעב בערל, אפשר מאכט מען צו קרעטשמע און מען גייט אלעס קוקן אויף גוגל?

מיר דרייען זיך פאר א סיבה אין קרעטשמע, כ'מיין אזוי.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 7:09 pm
דורך KCSP
RIGHT!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 9:27 pm
דורך thefact
רעב בערל שיק נישט דעם עולם צו גוגל

1. דא איז די אידישע גוגעל
2. נישט יעדער ווייסט ווי אזוי מ'זוכט אויף גוגעל
3. נישט יעדער קען גוט ענגליש
4. אז מ'פרעגט דא ווערט א שמועס און תשועה ברוב יועץ
5. אין געוויסע ענינים ווי איך בין באקאנט נעמט מיר א פערטל מינוט עס צו טרעפן אויף גוגעל משא"כ איינער וואס איז פרעמד אין יענעם ענין
6. נאך א יוד וועט ייינען די תשובה און לאחר זמן וועט ער זיך דערמאנען דערפון ווען ער וועט דאס ברויכן
7. מ'צווינגט קיינעם נישט צו ענטפערן
8. מסתמא האט שוין יענער געטראכט פון די פשוטע עצה און ער האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן
9. אונז וויל מיר נישט אפשוואכן דעם עולם, מיר ווילן יעדער זאל זיך שפירן באקוועם צו פרעגן סיי וועלכע שאלה אפילו אויב ער טראכט אז ער וועט זעכער נישט באקומען דא א תירוץ
10. וויפיל מאל פרעגן מיר מענטשן שאלות, און בדאין לי פנאי, זאג איך אים: פרעג אין קרעטשמע, און ווען יענער זאגט נעה... איך וועל קיינמאל נישט אזוי שנעל באקומען א תשובה... דערווייל נעמט עס שנעלער ווי מ'מיינט עד כדי כך אז יענער האט מיך חושד געווען אז איך בין גאר דער צווייטער ניק

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 9:28 pm
דורך DotCom
נישטא אזא זאך ווי קענסלען א ליעס אינמיטן א קאנטראקט, פעריאד.

די וועסט קענען טהון איינס פון די פאלגענדע:

1) אפקויפן פון זיי און פארקויפן פאר א צווייטן.

2) טרענספערן די ליעס צו א צווייטן, דעס איז ליגעל אין קאסט ממש קלייניגקייטן. (אין פאל די טרעפסט נישט צו וועמען איז דא פארשידענע וועבסייטס צו אדווערטייזן ווי למשל http://www.swapalease.com)

3) ברעכן די קאנטראקט, די געסט עס צוריק, זיי פארקויפן עס אין אקשען, די דיפרענס פונעם אפגעשאצטן פרייז ביז'ן פארקויפטן פרייז גייסטו דארפן צוצאלן, עס קען אנקומען צו 15K אויך אחוץ מזה איז דא פארשידענע טשארדזשעס.

4) אויב עס געשעהט א טאטעל לאסט ווערסטו פטור פונעם ליעס אן קיין שום טשארזשעס, געהערט אמאל אז עס זענען דא מענטשן וואס באפאסן זיך מיט דעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2009 9:30 pm
דורך thefact
און יעצט בנוגע דעם ליעס

מ'קען אייביג סובליעסן דעם קאר פאר א צווייטן
א ידיד מיינער האט אזוי געטון מיט סוקסעס

נאכו זעהן דאט קאמ'ס תגובה האב איך צוגעשריבן

==========WOW איינער האט מיר שוין אויסגעכאפט און גענטפערט שנעלער און בעסער פון מיר
==========ר' בערל: פון גוגעל וועט ער נעווער עווער באקומען אז סערוויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2009 6:50 pm
דורך אונגארישער
אומשילדיג האנדא האט א צייט געהאט א צוויי יאר ליעס איך וויס נישט אויב עס איז נאך עוועליבעל טשעק איט אוט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2009 8:50 am
דורך וואלוועלע
לויט ויי איך ווייס האט יעדער איינער א אפשען פון ליעסון נאר פאר 2 יאר אבער עס קאסט אביסל טייערער

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2009 12:41 pm
דורך גרויזאמער
וואלוועלע האט געשריבן:לויט ויי איך ווייס האט יעדער איינער א אפשען פון ליעסון נאר פאר 2 יאר אבער עס קאסט אביסל טייערער


נישט ריכטיג, טאיאטע האט בכלל נישט אזא אפציע. האנדע האט עס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 9:25 pm
דורך שוועמל
DotCom האט געשריבן:
4) אויב עס געשעהט א טאטעל לאסט ווערסטו פטור פונעם ליעס אן קיין שום טשארזשעס, געהערט אמאל אז עס זענען דא מענטשן וואס באפאסן זיך מיט דעם.


איז דאס א סעיף אינעם קאנטראקט, אדער איז דאס מכח די אינשורענס?
און וואס טוען די מענטשן וואס באפאסן זיך דערמיט? צו וואס פעלט אויס מענטשן מאכן פאסטן .

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 9:48 pm
דורך DotCom
שוועמל האט געשריבן: איז דאס א סעיף אינעם קאנטראקט, אדער איז דאס מכח די אינשורענס?

. [/quote]

מכח די אינשורענס אבער נישט די געווענליכע. אחוץ די געווענליכע לייעביליטי און רעגולער אינשורענסעס קומט מיט ביי א ליעס אן אנדער אינשורענס וואס הייסט GAP INSURANCE ד.מ. אז אויב ח"ו עס געשעהט א טאטעל לאסט אין די אונשורענס באצאלט נאר 80-90% פון די ווערד, אזוי ווי זיי פירן זיך רוב מאל, קומט דער GAP און ער GAPPED דיר דעם לאך צווישן דעם אינשורענסעס אפגעשאצטן ווערד און דעם ליעס קאמפאני אפגעשאצטן ווערד, אזוי אז עס קאסט דיר גארנישט ניטאמאל קיין פענאלטיעס פארן ברעכן דעם ליעס וכדו'.

אגב, נישט אלע ליעסעס קומען מיט דעם GAP אבער רובא קומען יא עס לוינט זיכער צו מאכן מיט'ן דיעלער בעפאר, אפילו אויב קומט עס נישט לוינט עס צוצוקויפן עס איז ווערד אלע געלטער און קאסט נישט קיין סאך.

און וואס טוען די מענטשן וואס באפאסן זיך דערמיט? צו וואס פעלט אויס מענטשן מאכן פאסטן


די מענטשן זענען פון די חכמי הנסתר און ווייסן וויאזוי צו מאכן א טאטעל לאסט אן קיין מענטשליכע שאדן בהווה ובעתיד, מ'ברויך אבער צו האבן סייעתא דשמיא וועגן דעם פאסט מען אז עס זאל אריבערגיין בשלום.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 11:55 pm
דורך דאס בין איך
איך האב לעצטענס געליעסט א קאר, טאקע א האנדא און פאר דריי יאר, איך האב געפרעגט מיין דילער וועגן די צוויי יעריגע ליעס וואס עטליכע אדווערטייזן, זאגט ער אז עס איז יענץ געשעפט, די פופצן הונדערד דאלער דעמיזש וועיווער איז נישטא און ביים צוריקגעיבן די קאר צאלט מען א פי, און מ'מוז האבן זייער א גוטע קרעדיט.