בלאט 1 פון 1
קאר - בלוי ציינדל הילף
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 3:24 pm
דורך סאדע_באטל
אפשר באלאנגט די אשכול אין טעכנאלאגיע אבער איך דארף אן עצה....
יאך דארף הילף מיט מיין נייע קאר בלוטוט.
איך וויל וויסן צו עס איז דא א אופן צו טוישן פון די בלוטוט פון די קאר צו א פערזענליכע בלוטוט.
לאזט מיר זיך מער מסביר זיין, איך האב א נייע קאר וואס איינע פון די פונקציעס איז, עס האט בלוטוט, דהיינו, איך קאנענקט מיין טעלעפאן צו די קאר, און ווען עס קומט אריין א קאל, הער איך עס אויף די קאר ספיקערס, און עס איז דא אן אריינגעבויטע מייק אין די קאר, (עס איז געקומען מיט די קאר, נישט איך האב עס צוגעלייגט, טאמער עס איז א נפק"מ) וואס כאפט אויף מיין קול.
וואס איך וויל קענען טוהן, היות איך האב ליב צו נעמען מענטשן אויף היטשעס, וויל איך קענען טרענספערן, פון די קאר-בלוטוט וואס איז אזוי ווי א ספיקער, צו א קליינע בלוטוט וואס מען לייגט ארויף אויפן אויער,
יעצט וויל איך וויסן, צו מען קען דאס בכלל טוהן, אויב יא צו קען מען דאס טוהן אינמיטן א טעלעפאן קאל ?
איך נוץ א פאלם סענטרא.
אויב איינער ווייסט, זאל ער ביטע לאזן וויסן, ווייל עס קומען קאלטע טעג, און איך קען נישט געבן קיין היטשעס ווען איך רעד אויף ספיקער, סאו פליז...........
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2008 7:27 pm
דורך לאז געמאכט
כ'בין זיכער אז מען קען אויסלעשן די בלוטאט פונקציע פון די קאר און דאן וועט עס אטאמאטיש גיין צו דיין בלוטאט
אבער היות איך האב נישט אזאנס ווייסעך נישט מער פרטים
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 12:30 pm
דורך ראמני 08
איך האב עס אויך, אין אינמיטן רעדן איז עס א גאנצע פרוצעדור, מען מיז קודם אראפגיין פון די קאר בלוטוט אין נאכדעם עס מאכן OF הערשט נאכדעם קען מען עפענען די פערזענליכע בלוטוט,
אבער אינמיטן דרייווען איז עס אגאנצע פרוצעדור, ממילא ווען איך רעדט עפעס וויכטיג נעם איך נישט אריין מענטשען אין די קאר,
סא איך ווארט אויך פאר עפעס א בעסערע עצה
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 1:16 pm
דורך סאדע_באטל
ווי אזוי לעשט מען אויס די בלוטוט פון די קאר ?
איך קען מאכן אז עס זאל אראפגיין פון ספיקער און גיין צום טעלעפאן, אבער איך קען נישט קאנעקטן א צווייטע בלוטוט בשעת איך בין אין די קאר, איינער קען מיר העלפן ?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 12:13 am
דורך מאשקע
ראמני 08 האט געשריבן:ממילא ווען איך רעדט עפעס וויכטיג נעם איך נישט אריין מענטשען אין די קאר
קוקט אויס אז דו ביזט נישט געשטאנען אין די לעצטע פאר טעג פאר א היטש. לאמיר זעהן צי דו קענסט ארויסגיין פינף מינוט אויפ'ן גאס, און צוריקקומען און האבן די גאטס (און די פינגערס) צו שרייבן נאכאמאל דיין תגובה...
מ'קען קיינעם נישט צווינגען אריינצונעמען מענטשן בשעת מ'רעדט פריוואטע זאכן אויפ'ן טעלעפאן, אבער מ'דארף אויף נישט אנטמוטיגן א איד וואס זוכט מקיים צו זיין די מצוה פון הכנסת אורחים.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 11:02 am
דורך זאנוויל
כידוע די ווארט וואס טייל דערציילן אויף הגה"ק מסאטמאר זצ"ל און טייל דערציילן עס אויף הרה"ק ר' אהרן מבעלז זצ"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 8:23 pm
דורך DotCom
קיינער וועט דיר נישט קענען געבן א קלארע תשובה, עס וועט זיך ווענדן וועלכע קאמפאני/מאדעל דיין קאר/סעלפאון/העדפאון זענען, כשם שפרצופיהן שונות כך...
די מערסטע אינפארמאציע וועסטו באקומען אין די טעכנאלאגיע (ענגלישע) פארומס, גוגל דיין שאלה אין פארשידענע אופנים, ביז די טרעפסט עפעס יגעת ומצאת תאמין.
ביי מיר וועט זיך עס פשוט קאנעקטען דורך געבן א דריק אויפ'ן talk קנעפל, און די קאר בלוטוט קען אפילו בלייבן אנגעצינדן.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 5:40 pm
דורך סאדע_באטל
דאטקאם, איך האב מורא אז יו מיסט די פוינט פון ולאחיו יאמר חזק,
אויף יעדע שאלה קען מען אליינס מאכן ריסוירטש און געוואר ווערן די תשובה,
ולאחיו יאמר חזק איז א פלאץ ווי אסאך היימישע אידן העלפן זיך ארויס מיט זייערע אייגנארטיגע ידיעות, למשל אונזער אלעמען באליבטער מאשקע, העלפט ארויס מיט בלעקבערי, ממש נישט פשוט, אפילו מען קען אליינס געוואר ווערן דורך די ענגלישע פארומ'ס למיניהם.
מיין שאלה איז געווען, אפשר ווייסט דא איינער ווי אזוי איך קען מיר אן עצה געבן,
ליתר שאת וועל איך געבן מער דעטאלן
איך האב א פאלם סענטרא און א מאטאראלע H550 העדסעט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 8:07 pm
דורך thefact
קודם, יא ביזט גערעכט, ס'באלאנגט אין טעכנעלאגיע פורם ווייל ס'האט מיט סעלפאן'ס
יעצט, נאך איין שטיקל אינפארמאציע ביטע: וועלכע קאר (דאס איז דאך דער עיקר זאך דו ווילסט אראפגיין פון די קאר ספיקער'ס)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 8:55 pm
דורך DotCom
סאדע_באטל האט געשריבן:ולאחיו יאמר חזק איז א פלאץ ווי אסאך היימישע אידן העלפן זיך ארויס מיט זייערע אייגנארטיגע ידיעות,...
מיין שאלה איז געווען, אפשר ווייסט דא איינער ווי אזוי איך קען מיר אן עצה געבן,
ליתר שאת וועל איך געבן מער דעטאלן
איך האב א פאלם סענטרא און א מאטאראלע H550 העדסעט
איים סארי, איך האב געהאלטן אז משום סיבה וועסטו נישט וועלן זאגן מיט וועלכע מאשינען די האנדלסט, און א כלליות'דיגע תשובה איז נישט שייך צו געבן, יעצט איך פארמאג נישט קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע אבער אזוי ווי דעפאקט האט געשריבן איז שטארק נוגע פאר ווער עס וועט דיר וועלן העלפן צו וויס וואספארא קאר די נוצט, בהצלחה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:06 am
דורך גולאש
ווייסט איינער וויאזוי\אויב מ'קען ארויפריקן די מייק סענסעטיוויטי פון א סיענע 2012?