בלאט 1 פון 1

קאר רעגיסטראציע שאלה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2008 10:50 pm
דורך גרויזאמער
נאך א קשיא אין קאר ליעסינג...

איז שייך צו רעגיסטרירן א קאר גענצליך אויפן נאמען פונעם קא-סיינער אויפן ליעס?

ד.ה. איך ליעס א קאר אויף מיין נאמען + א קא-סיינער, און די רעגיסטראציע און אינשורענס זאל גיין גענצליך אויף זיין נאמען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 2:14 am
דורך KCSP
וואס איז דאס קא-סיינער ???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 10:16 am
דורך צייטליך
KCSP, קא-סיינער איז די אפטיישט פון "ערב".

פונקט ווי די נעמט אן הלוואה פון גמ"ח בעטן זיי אן "ערב" זאל אינטערשרייבן אז אין פאל די קענסט עס נישט באצאלן זאל דאס יענער אפצאלן, אזוי אויך אויב האט נישט דער מענטש גענוג א גוטער קרעדיט ליין בעטן זיי א "קא-סיינער", ס'הייסט איינער מיט א גוטער קרעדיט זאל אויך אינטערשריייבן און אויף יענעם פארלאזן זיי זיך שוין.

גרויזאמער, איך גלייב שווער אז מ'זאל קענען נעמען די אינשורענס אויף א צווייטער נאמען פון וואס די קאר איז רעגאסטרירט. אבער נישט אלעס וואס איך גלייב נישט קען מען נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2008 12:15 pm
דורך גרויזאמער
א גרויסן יישר כח צייטליך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2008 12:27 pm
דורך קאר אינשורענס
די רעגערסטרעשען מיט די אינשורענס דארפן זיין אויף די זעלבע נאמען, סאו פרעג די ליסינג קאמפעני אויב זיי וועלן עס טאן פאר דיר, איך מיין אז מ'קען

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2008 12:42 pm
דורך איך_הער
איך בין נישט זיכער, איך מיין אבער אז די קאר מעג זיין רעזשיסטערט אויף איינעם'ס נאמען, און די דרייווער זאל זיין א צווייטער, און ממילא דארף די אינשורענס זיין אויפן דרייווער'ס נאמען, מ'דארף טאקע אויך צולייגן די נאמען פון דעם וואס ס'איז רעזשיסטער'ט אויף זיין נאמען, אבער יענער איז נאר אזוי ווי מ'לייגט ארויף יוזשעלי די נאמען פונעם ווייב פונעם דרייווער אויף די אינשורענס, אפילו ווען זי האט נישט קיין לייסענס.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2008 1:07 pm
דורך קאר אינשורענס
ניין דרייווען מעג יעדער, ממעג בארגען א קאר אין אויב איז ער א אפישעל דרייווער דארף מען אים צולייגן אלס א ליסטעד דרייווער, אבער מקען נישט רעדזשיסטערן א קאר נאר אויב מ'האט אינשורענס אין אינשורענס מיינט אז מ'איז די אינשארד נישט סתם א דרייווער, און לגבי צולייגן זיין א נאמען אזוי ווי דיין ווייבס נאמען, ווענדט זיך וועלכע קאמפעני מ'האט נישט אלע קאמפעניס קעמען צולייגן א אידישענעל אינשארד אויסער די ווייב

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 11:44 am
דורך קראצער
וויזוי/וואס איז די בעסטע וועג צי מזיק זיין די באר-קאוד אן באמערקן שטייצעך?
זאלן די בראוניס ארבעטן שווערער מיר צי געבן א טיקעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 12:10 pm
דורך שלמי
נישט אפענע ראסיזם, פליעז.
עס איז דא Google Translate.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 2:46 pm
דורך farshlufen
שלמי, דער טיטל האבן זייט געקריגן ווען זיי האבן געהאט ברוינע קארס, עס האט נישט מיט ראסיזם קיין שייכות.