בלאט 1 פון 3

היימישע קאר רענטל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2008 5:02 pm
דורך דאכצעכמיר
האט אייינער אפשר מער אינפארמאציע איבער די קאר רענטל גמ"ח מרבה חיים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 11:20 am
דורך לאז געמאכט
מרבה חיים איז נישט קיין קאר רענטעל ער איז נאר א פארמיטלער, דהיינו ער שטעלט צו קאר רענטעלך פון גרויסע פירמעס פאר ביליגער ווי דער נארמאלע פרייז, דורך קאד נאמבער'ס אין קאנעקשענס וואס ער האט מיט זיי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 1:00 pm
דורך farshlufen
איך האב כמה וכמה פעמים גענוצט ''דאמעסטיק קאר רענטל'' ער דילט מיט נעשאנעל עס ארבעט דורך א טרעוול עידזשענט סיסטעם, איך בין געווען פולי סעטיספייד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 2:53 pm
דורך דאכצעכמיר
פון וואסערע פרייז רעדט מען פאר א חודש פאר א קליינע קאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 3:11 pm
דורך farshlufen
הרב דאכצימיר, די פרייזן זענעןן געוואנדן אין די סיזענס, טעג פון די וואך, שעה'ן פון טאג, און הויפטזעכליך אינעם דיעל וואס זיי האבן אויסגעארבעט מיטן עידזשענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 3:05 am
דורך KCSP
איך וויל דינגען א קאר פאר א טאג, ווער איז ביליג?? און האט גוטע קארס (אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 9:13 am
דורך געדענק
ווייסט איינער די מרבה חיים קאוד?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 11:41 am
דורך בעל בית
עס איז דא אויך אין קרית יואל?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 4:13 pm
דורך שמן זית
די ביליגסטע אפאר טאג וואך איז ENTERPRISE אפילו אינטער 25 פאר חודש אדער מער איז AVIS in englewood Nj האט ספעשיל ביליג
ווען מען זאגט אים אז מיינע FRIENDS דינגען דא פאר ביליג
אין ק''י איז הצלחה CAR RENTAL אויך נעשט אוועקצומאכן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 4:52 pm
דורך געדענק
איך זוך אין פלארידע, FLL עירפארט,
ווער איז דארט ביליג?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2009 2:30 pm
דורך לאז געמאכט
די ביליגסטע איז אלעמא קאר רענטעל

מען דארף אבער זיין 25 אדער עלטער אז נישט קאסט עס 25 דאלער א טאג

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 6:58 pm
דורך KCSP
ניין אלעמא איז "טייער" איך ווייס איינער וואס איז דארט געגאנגען און זיי האבן גערעכענט און די הויזן! שטיי ווייט פון זיי!!

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 8:53 pm
דורך שמן זית
וואס איך קען דיר זאגן איז אז איך בין געגאנגען צו אלעמא מיט די מרבה חיים CODE און זיי האבן מיר געטשארט $123 א טאג
ביי STAR האסט עס פאר $73 א טאג ביי ENTER PRISE אין ווילאמסבורג אויף MGINAS האסט עס מיט די חב''ד CODE פאר
$51 UNDER 25 יעצט זאג דו מיר ביי וועים לוינט זיך צו גיין?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 9:09 pm
דורך לאז געמאכט
איך רעד פון פלארידע דווקא נישט פון ניו יארק
דאהי נוץ איך טאקע ענטערפרייז

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 9:55 pm
דורך KCSP
אה, איך רעדט פון ניו יארק, איבער הינדערט דאלער האבן זיי געבעטן פאר איין טאג. פלאס ער איז געווען אינטער 21

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 9:58 pm
דורך שמן זית
איך בין OVER 21 אין זיי האבן געבעטן 123

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 10:06 pm
דורך KCSP
פרעג איך דיר... איך הער אז ENTERPRISE איז זייער גוט, מיט די חבד קויד. איינער האט עקספיריענס מיט דעם??

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 10:15 pm
דורך שמן זית
איך האב דיך יעצט געשריבן
שמן זית האט געשריבן:איך בין OVER 21 אין זיי האבן געבעטן 123

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2009 10:16 pm
דורך שמן זית
טעות לעולם חוזר איך האב געמיינט די תגובה
שמן זית האט געשריבן:וואס איך קען דיר זאגן איז אז איך בין געגאנגען צו אלעמא מיט די מרבה חיים CODE און זיי האבן מיר געטשארט $123 א טאג
ביי STAR האסט עס פאר $73 א טאג ביי ENTER PRISE אין ווילאמסבורג אויף MGINAS האסט עס מיט די חב''ד CODE פאר
$51 UNDER 25 יעצט זאג דו מיר ביי וועים לוינט זיך צו גיין?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 5:50 pm
דורך געדענק
ואס טוט זיך אבער אין פלארידע?
דערווייל לויט ווי כ'האב געסערטשט איז עלעמא די ביליגסטע דורך די "קאר רענטאל" וועבסייט,
כ'האב נאכנישט געטרייט מיט די מרבה חיים קאוד, האט אפשר איינער די קאוד?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 12:53 pm
דורך אךשמח
איך זע דעם קעפל רעדט זיך פון "היימישע" קאר רענטל אבער אז מען רעדט דא אויך פון נישט היימישע, מעג איך דאך אריינריקן מיינע צוויי קאפיקעס.

פון נאטור אויס בין איך א שטארקער שטיצער פון היימישע קאמפאניס, אבער איך האב איין קליינע פארלאנג פון זיי, אז זייער סערוויס זאל זיין קרוב צו די סערוויס וואס איך באקום ביי אנדערע פלעצער, און אויך וויל איך זיי זאלן זיין די זעלבע אדער אמווייניגסטנס מיט נישט קיין סאך מער ווי די גויאישע קאמפאניס.

שמעתי אז די היימישע קאמפאני'ס האבן אלטע קארס. איז דאס ריכטיג?

ווי אויך אויב האט מען א פראבלעם מיטן קאר אינמיטן נוצן, וועלן זיי נישט קענען קיין סאך העלפן.

אצינד, וויל איך פרעגן ווער עס ווייסט ווי איך קען באקומען גוטע רעיטס פאר ארויסנעמען א קאר אויף די וויקענד?

קען זיין אז דא לוינט זיך יא צו נעמען ביי א היימישען ווייל זיי רעכענען נישט פאר שבת?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 1:07 pm
דורך farshlufen
ר' געדענק, האסט פרובירט א טרעוול עידזשענט? זיי האבן אנדערע פרייזן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 3:38 pm
דורך שמן זית
יא דאס איז שוין אמת ביי STAR האסטו אלטע קארס וואס אויב געשעט עפעס ביי די COSTUMER וואס בדרך הטבע מאכט זיך עס אלץ
ביי אלטע קארס דארף עס די COSTUMER באצאלן און זיי האבן געפעפערטע פרייזן און געבן נישט קיין סערוויס!
משא''כ ENTERPRISE האבן שיינע נייע קארס זיי קומען דיר אויפפיקן טראגן דיר צוריק געבן נארמאלע פרייזן נארמאלע סערוויס!
פאר די WEEK END קומט אפשר יא די אידישע אויס ביליגער!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 7:07 pm
דורך געדענק
ניין, כ'האב נישט פראבירט.
כ'האב צום סוף באקומען זייער א גוטע רעיט ביי עלעמאו דורך די מרבה חיים קאוד,
און אז מ'צאלט פראנאויס איז עס מיט נאך 10% ביליגער, וואס דאס האב איך געטון,

איך מיין אז דאס איז די ביליגסטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 8:04 pm
דורך לאז געמאכט
מרבה חיים ביי אלעמא דארף מען זיין מער ווי 25?

אויך וואס איז זייער נאמבער?



יישר כח גדול ונורא