בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 8:48 pm
דורך געדענק
יא מ'דארף זיין העכער 21
עלעמאוס נומבער איז 800-354-2322
די קאוד איז #706768
די # פון מרבה חיים איז 718-450-1015

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 8:55 pm
דורך לאז געמאכט
א גרויסן יישר כח

איך האב געפרעגט איבער 25 נישט 21

כ'האב יעצט גערעדט צו אלעמא זיי זאגן אז ס'דא א 25 סירטשארטש פאר אונטער 25 :(

עס וועט מיר עפעס העלפן אויב איך קאל אן דעם מרבה חיים נאמבער?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 9:13 pm
דורך געדענק
סארי, כ'האב געמיינט צו שרייבען 25....

זיי רעכענען יא, (כ'ווייס נישט וויפיל)

ס'הייסט און ענגליש "מארבע ההאיום"


דא איז די לינק צו עלעמאו
http://www.alamo.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 9:17 pm
דורך לאז געמאכט
אהא סא ס'איז נישט פארמיר דערווייל כ'בין נאך צו קליין.

כ'האב נישט וואס צוקאלן דעם מרבה חיים נאמבער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 1:21 am
דורך KCSP
""""שטיי ווייט פון ALAMO"""

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 8:56 am
דורך געדענק
פארוואס שטיין ווייט פון עלעמאו?

לאז געמאכט, לויט דיינע תגובות זעהסטו אויס אביסעל עלטער. :smile:

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2009 9:47 pm
דורך טאגליכט
farshlufen האט געשריבן:ר' געדענק, האסט פרובירט א טרעוול עידזשענט? זיי האבן אנדערע פרייזן.


נישט אלעמאל האט א טרעוועל עיזשענט אנדערע פרייזן, געווענליך האט א טרעוועל עיזשענט נאר די רעק רעיט, וואס איז די זעלבע ווי אנליין, די איינציגסטע צייט ווען א טראוועל עיזשענט קאן האבן ביליגער, איז ווען מקויפט א פעקעדש, עיר מיט א קאר, איז ד ספעציעלע, פריפעיד פרייזן, וואס זענען געווענליך בערך 15-20 פראצענט ביליגער ווי די רעק רעיט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2009 12:31 am
דורך סאדע_באטל
אין בארא פארק איז דא א אידישע קאר רענטעל (איזראעליס) JUST 4 WHEELS
עס איז אויף מקדאנעלד צווישן 47 סטריט און עלמוואוד (דארט ווי עטרת חינקא איז)
ער איז פארהעלטנסמעסיג ביליג סתם אזוי אבער זיין עיקר מעלה איז איבער שבת.
ער רעכנט פאר א טאיאטא קאראולע פון פרייטאג צופרי ביז זונטאג צופרי 68 דאלער טעקס אינקלודעד, און דאס איז אפילו אונטער 25, (אונטער 21 בין איך נישט זיכער) און אן עדישינעל דרייווער קאסט נישט עקסטער געלט.
נאך א מעלה האט ער, אז מען קען דינגען א קאר ביי אים אווערנייט (יא, אזוי ווי די קוגל...) דאס מיינט אז מען פיקט אויף די קאר נאך 4:30 נאכמיטאג און מען דארף עס צוריקברענגן פאר 9:00 די נעקסטע אינדערפרי, דאכט זיך מיר אז פאר דעם בעהט ער 38 דאלער טעקס אינקלודעד

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2009 9:06 am
דורך לאז געמאכט
אונטער 21 פארדיגנט ער בכלל נישט.

פארעפענטליכט: שבת יולי 02, 2011 11:28 pm
דורך מן הסתם
איך וויל דינגען א קאר פאר די וויק ענד, איך וואלט געווען זייער דאנקבאר אויב איינער קען מיר ביטע אנווייזן

- וועלעכע איז די בעסטע פירמע?

- קאודס וואס מען קען זאגן כדי צו רעדוצירן די פרייז?

- וואספארא קאליפעקאציעס איך ברויך האבען?

- וואס זענען די אינשארענס פאלעסיס?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:09 am
דורך ניק ניק
גאנץ אינטערסאנט צו ליינען וועגן סטאר קאר רענטל ע"ה, just4wheels אין בארא פארק,,,

איז אזוי אין ווילמ"ס איז די מצב, ביי just4wheels וועסטו בקומען גאנץ גוטע פרייזן אבער אויסגעפליקטע קאר'ס, ווי אויך זאגט ער דיך וועלעכע קאר די באקומסט, ביי קוואלעטו קענסטו באקומען פיינע קארס אבער פאר אידישע פרייזן, נאכדעם איז דא אסאך היימישע ברוקערס וואס די דארפסט מעטש'ן (match) פרייזן, ס'קען געלונגען, נעשונעל קען מען מיט די ריכטיגע קואד'ס באשטעלן שפאט ביליגע פרייזן פאר קליינע קארס און נאכדעם קענסטו נעמען וואס די זעסט פאר די אויגן, (חוץ אז די וועסט נעמען א גרוסע יוקאן צו סובורבען שטאץ א סמאל סייז קאר, וועלן זיי ביים פענסטער זאגן אז ס'וועט צוקאסטן) , אָנליין קען מען טרעפן זייער פיינע פרייזן און מובן מאליו אז מ'גייט נישט נאר צו באקאנטע נעמען, ווי למשל Avis, Enterprise, hertz, אויב וויל מען נישט אריינפאלן, אויך איז מובן מאליו אז ביי די גרוסע קאמפעניס באקומט מען ברענד ניו קאר'ס מיט די בעסטע סערוויס.

לאקאל? האסט פארגעסן אז די קענסט האבן א אייגענע קאר אין א פארקינג לאט אראונד די קארנער? ZIPCAR!!!!!

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:22 am
דורך מן הסתם
ניק ניק האט געשריבן:נאכדעם איז דא אסאך היימישע ברוקערס וואס די דארפסט מעטש'ן (match) פרייזן, ס'קען געלונגען, נעשונעל קען מען מיט די ריכטיגע קואד'ס באשטעלן שפאט ביליגע פרייזן פאר קליינע קארס און נאכדעם קענסטו נעמען וואס די זעסט פאר די אויגן,

א גרויסן שכח פאר דיין הילף, איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט מיט נעשונעל, איז דאס א נאמען פון א קאמפעני?, וואס זענען די קאודס?

וואו קום איך אן צו די "היימישע ברוקערס"?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:44 am
דורך ניק ניק
נעשונאל מיין איך National, היימישע ברוקערס זענען עדווערטייזט איבעראל, אז די ווילסט קען איך דיר שיקן אישי א טאץ מיט נאמבער'ס, קאוד'ס דארפסטו בעטן פון חבירים, עני חבר וואס רענט אסאך וועט האבן, אדער אויב ביסט א דרייקאפ קענסטו אליין מאכן ביי די קאמפעני.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:47 am
דורך מן הסתם
ניק ניק האט געשריבן:נעשונאל מיין איך National, היימישע ברוקערס זענען עדווערטייזט איבעראל, אז די ווילסט קען איך דיר שיקן אישי א טאץ מיט נאמבער'ס, קאוד'ס דארפסטו בעטן פון חבירים, עני חבר וואס רענט אסאך וועט האבן, אדער אויב ביסט א דרייקאפ קענסטו אליין מאכן ביי די קאמפעני.

שיק מיין קינד שיק...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:51 am
דורך ניק ניק
נאך א זאך נעם אין אכט, אז זומער זענען די פרייזן דאפעלט ווי א גאנץ יאר, צוויי גיטע פלעצער צו קוקן איז PriceLine.com און CarRentals.com איך גיטע עקספיריענס מיט ביידע.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 12:59 am
דורך מן הסתם
ניק ניק האט געשריבן:נאך א זאך נעם אין אכט, אז זומער זענען די פרייזן דאפעלט ווי א גאנץ יאר, צוויי גיטע פלעצער צו קוקן איז PriceLine.com און CarRentals.com איך גיטע עקספיריענס מיט ביידע.

שכח א מילאנע...

שיק מיר ביטע א פישי...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 12:39 pm
דורך ניק ניק
אלף בית האט געשריבן:פון עקספיריעס: נאר רענטן א קאר ביי א אידישע רענטל על כל צרה שלא תבוא.
אויב די אידישע רענטלס האבן נישט קיין קארס בעסער נישט צו רענטן.

איך האב אמאל געהאט אן עקסידענט מיט א רענטל קאר, ווען נישט די איבערגעגעבענע ארבעט פון מיין רענטל קאמפאני וואלט איך געקענט זיין א בעל חוב פון 6,500$

אזוי ווי די ארטיקל איז יעצט אויפן אויבערפלאך, האב איך באמערקט מיין תגובה, וויל איך זאגן די ענדע פון די מעשה, פארגאנגענעם ערב פסח האב איך ערהאלטן א בריוו פונעם אינשורענס אז זיי וועלן באצאלן $9,600 פאר די שאדנס פונעם קאר. און איך קען קלאר מעיד זיין אז ווען נישט די איבערגעגעבענע ארבעט פון דעם איד וואס האט מיר פא'רענט די קאר, וואלט שוין געווען לאנג נאך די טיי אווענט פאר מיר.

אויב ביסטו געווען 100% אים שילדיג איז מן הסתם נישט די שאדן געווען אזוי גרויס און אויב יא איז עס א "רוח שאינה מצויה", אבער אויב ביסטו געווען 0.01% שילדיג, איז ענדערש צו דינגען ביי א גוי און בעסער אבאכט געבן.
איי וחי אחיך עמך? איז מיין דעת בעל הבית זאגט אז די הלכה איז נאר ווען די איד און די גוי געבן דיר די זעלבע זאך, אויב למשל די גוי פארקופט א דרילער און די איד א סקראו דרייווער, בין איך מחייב צו קויפן ביים איד? נישט מסתבר, די זעלבע אויב די איד געט א קאר פון 50000 מייל און די גוי געט פון 2000 מייל, לכאו' איז עס צוויי אנדערע זאכן, איך בין נישט קיין דיין, אבער כך נראה לי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 7:09 pm
דורך Sprint
וואס איז מיט succses??

7186333456

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 9:26 pm
דורך אייער_קיכל
סתם אזוי גוט צו וויסן אז די אלע אומאפיציעלע קאודס און טריקס ביי די גרויסע קאמפאניס איז מהדברים שהשתיקה יפה להן, ווי מער מענטשן ווייסן דערפון אלץ שנעלער קומט עס אן אין בית עלמין

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 05, 2011 7:29 am
דורך ניק ניק
Sprint האט געשריבן:וואס איז מיט succses??

7186333456


וואס דיין שאלה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 05, 2011 8:37 am
דורך בעל העגלה
איך ניצט קארלרענט 914-533-3311 (carLrent) איך באקימט ביליג און גיטע סערוויס אויך אפאר מאל זיי טראגן מיך צו די קאר רענטעל קאמפעני צו אופיקען א קאר!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 05, 2011 8:49 am
דורך Sprint
ניק ניק האט געשריבן:
Sprint האט געשריבן:וואס איז מיט succses??

7186333456


וואס דיין שאלה?


share ur experience with us

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 05, 2011 11:08 am
דורך ניק ניק
געדענק איך דען וואסערע עקספעריענס איך האב געהאט מיט יעדן באזונדער? אין כלליות האב איך שוין געשריבן אויבן, איך קען עס אראפקוואָטען אויב די ווילסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 4:42 pm
דורך מי יודע
ניק ניק האט געשריבן:נאך א זאך נעם אין אכט, אז זומער זענען די פרייזן דאפעלט ווי א גאנץ יאר, צוויי גיטע פלעצער צו קוקן איז PriceLine.com און CarRentals.com איך גיטע עקספיריענס מיט ביידע.

איך זיך צו דינגען א קאר פאר א וואך, איך בין געגאנגען צו פרייסליין און אריינגעלייגט א אפפער פון 10 דאלער א טאג און זיי זאגן אז ס'קען דורכגיין
וויל איך וויסן צו איך קען מיר פארלאזן אויף זיי, מיין אפשען איז נאר עס צו נעמען ביי א עירפארט, גייט עס דורכגיין? כ'מיין די אפיצעלע פרייז יעצט ביי ענטערפרייז אנליין פאר א וואך איז איבער 3 מאות, און דא האב איך עס פאר אונטער 100 איז עס מעגליך?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 12:59 pm
דורך שאלת_חכם
וואסיז געבליבן?