בלאט 1 פון 1

GPS Vehicle Tracking System

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2008 11:58 pm
דורך שוועמל
אזויווי לעצטענס הערט מען פון קאר גניבות. וויל איך אינסטולירן א מאשינקל אזא אין מיין קאר וואס זאל זיין פארבינדן מיטן סעטעלייט פאזישאנינג סיסטעם און מיר געבן כסדר'דיגע זענדונגען וואו ער איז אויף די מאפע.

דאס ווערט אינסטולירט אויף א באהאלטענעם פלאץ אינעם קאר, עס קען אויך האבן בעטערי בעק-אפ. עס דארף אבער האבן גוטע סיגנאלן כדי עס זאל נישט געבלאקט ווערן אויב טראגט מען עס אריין אין א גאראדזש וכדומה.

ווייסט איינער פון אזא גוטער מאשין וואס גיבט ריעל-טיים טרעקינג אפדעיטס?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 4:38 pm
דורך יגרסהדותא
דאס איז פון א חסידישער היימישער אינגערמאן, געאייגנט פאר קאמפאניס וואס האבן עטליכע טראקס, דעליווערי וכדו', ווי מ'קען זיי טרעקן אגאנצן טאג.

http://www.avlocate.com/login.php

גיי צו לייוו דעמא, ווי ער ווייזט א סעמפל פונעם סיסטעם.

אויף די מינוט האב איך נישט זייער טעלעפאן נומבער, איך זעה נישט דארט ווי מ'קען אים קאנטאקטן.