בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 11:12 am
דורך בען בלישעם
אויף די וואך הער איך אז ס'איז דא עטליכע ספעשעלס.
האנדא אקקארד - $240, מיט לעדער - $265.
ניססאן אלטימא, מלא טענות (פולי לאודעד) - $305.
קרייסלער ט&ק, פולי לאודעד - $315.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 8:24 pm
דורך וואלוועלע
הערטס ענק איין אויב ווילסטו א מיני ווען נאר סיענע אדער אדיסי אלע אנדער זענען נישט ווערד יא וודאי קרייסלער איז שיין אינסייד מיט די דים לייטס און אויך די גאנצע אויסשטעל איז שיין אבער לאמיר ענק דערציילן איינמאל האב איך געבארגט פון מיין נאנטע א קרייסלער יא די נייע לאודעד איך זאג ענק עס איז געווען פחדים, און אלע אנדער מיני ווענס דארף מען ניטאמאך זיך נעמען די מיה צו קלאפן קנעפלעך אויפן קאמפיוטער איבערדעם, און יעצט וועגען א קאר איבער דעם איז דא אסאך צו רעדן עס וועד זיך ווי אגרויסע דאר וועלכע מין קאר א גרענדמארקיז אדער האנדע עקארד מיני אדער גאר אפשר פאוקעס אדער אפשר דארפסטו גאר א קעדי לעקסוס אדער איניפיניטי BMW אדער גאר אודי פון די עוורידזש קאר זאגט מען איז י נייע עקארד'ס עפעס געוואלדיג
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:58 pm
דורך תרנגול
איך האב געזעהן היינט א ספעשל אויף א chevy treverse פאר 260$ א חודש!, איז דא דא עמיצער וואס האט עקספיריענס דערמיט?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2012 12:50 am
דורך tell.me.something
געזען אדווערטייזט א טאיאטע RAV4 פאר $199 א חודש ביי קאמפארט אויטא
אגב. ווייסט איינער וועלכע קאמפאני אפראווד די גרינגסטע פאר א ליעס?
מיין קרעדיט איז נישט גענוג הויעך פאר רוב קאמפעניס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 10:44 pm
דורך תרנגול
איך האב יעצט בדעה צו ליסען אן אויטא אין די געגנט פון 2 מאות א חודש, מעג זיין אביסל מער וכ"ש אביסל ווייניגער. וואס וואלט דער עולם דא רעקאמענדירט? א האנדא civic איז צו קליין לכאורה. די נייע nissan altima קוקט אויס צו זיין גאנץ פיין און די פרייז איז גאנץ צוגענגליך. hyundai sonata איז גאנץ ביליג נאר איך האב נישט קיין השגה מה טובו, עמיצער האט דא אפשר עקספיריענס דערמיט?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 1:24 am
דורך שמעק_טאביק
ביידע זענען פיין. וועסט לכאורה זיין צופרידן מיט ביידע, אפשר אביסעלע מער מיטן אלטימע.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 12:20 pm
דורך תרנגול
א דאנק טאביק
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 12:39 pm
דורך שנאפס
די אלטימא האב איך זייער פיינט, מען פילט ווי מען זיצט אין דער ערד
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 14, 2012 12:55 pm
דורך שמעק_טאביק
ביסט דער ערשטער פון וועמען איך הער עס.
אלענפאלס, אויף 2013 האבן זיי גענצליך רידיזיינט דעם קאר, און ס'איז נישט קיין פארגלייך צו די פריערדיגע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 2:21 pm
דורך תרנגול
א היימישער דיעלער זאגט מיר נעכטן אז די נייע ניסען אולטימע טרונקט גאר ווייניג געז - 38 מייל פער גאלאן - איך מיין אז פאר דעם אליין לוינט זיך צו נעמען דעם אולטימע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 5:53 pm
דורך יואל שווארטץ
אלע קאר קאמפאניס צילן יעצט אנצוקומען צו די 40 מ.פ.ג. רעינדש פאר די מידסייז קארס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 6:55 pm
דורך משזר
תרנגול האט געשריבן:איך האב יעצט בדעה צו ליסען אן אויטא אין די געגנט פון 2 מאות א חודש, מעג זיין אביסל מער וכ"ש אביסל ווייניגער. וואס וואלט דער עולם דא רעקאמענדירט? א האנדא civic איז צו קליין לכאורה. די נייע nissan altima קוקט אויס צו זיין גאנץ פיין און די פרייז איז גאנץ צוגענגליך. hyundai sonata איז גאנץ ביליג נאר איך האב נישט קיין השגה מה טובו, עמיצער האט דא אפשר עקספיריענס דערמיט?
כאב לעצטענס געדרייווט א hyundai sonata, סדרייווט זיך זייער ניש באקוועם.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2012 12:19 pm
דורך שמעק_טאביק
קענסט מסביר זיין, וואס מיינט "נישט באקוועם"?
די רייד? די זיצן?