עקסטרע לאגעדזש ספעיס פאר אויטא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:19 pm
איך וויל אי"ה פארן אויף אפרוה די קומענדיגע וואך און היות איך האב נישט קיין פלאץ אין מיין קאר וועל איך מוזן דינגען א גרעסערע אויטא פאר די 6-7 נפשות וואס קומען מיט. דער פראבלעם איז אז מיט א מיניווען וועל איך נאך אלץ נישט האבן קיין פלאץ פאר די פילצאליגע פעקעלעך וואס מיינע חשוב'ע מיטרייזנדע וועלן מיטברענגען, איז די שאלה צי כ'זאל דינגען א מיליטערישן עס-יו-ווי און זיך אויסליידיגן די טאשן פאר די רענטאל קאמפאני אדער איז דא עפעס אן אנדערע עצה פאר לאגעדזש פלאצירונג. כ'האב געזוכט אבער בשום אופן נישט געקענט טרעפן עפעס צו דער זאך וואס מען קען צוטשעפען צו אן אויטא פון אויבן אדער פון הינטן פאר לאגעדזש.