וועלכע דעש קעם צו קויפן

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

וועלכע דעש קעם צו קויפן

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג יוני 30, 2019 8:34 am

מיין Rexing V1 דעש קעם איז געגאנגען שלאפן נאך 2 יאר. איך וויל קויפן א נייערע מיט בעסער פיטשערס. די Rexing זענען טאפ קוואלעטי אבער גאנץ טייער. עמעזאן איז פארפלייצט מיט הונדערטער סארט דעש קעמס פאר גאנץ ביליג, איך וויל הערן פונעם עולם וועלכע מען נוצט און צו מען איז צופרידן דערמיט.

איך וויל א דעש קעם מיט די פאלגענדע פיטשערס:

פראנט און אינסייד ריקארדינג
האט GPS location recording
ריקארדט די ספיד.

Rexing האט נישט קיין מאדעל מיט אלע אויבערדערמאנטע פיטשערס. איך האב געטראפן דעס אויף עמעזאן איך בין נייגעריג צו איינער נוצט דאסץ
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יוני 30, 2019 9:10 am

פעטער שמואל האט געשריבן:מיין Rexing V1 דעש קעם איז געגאנגען שלאפן נאך 2 יאר. איך וויל קויפן א נייערע מיט בעסער פיטשערס. די Rexing זענען טאפ קוואלעטי אבער גאנץ טייער. עמעזאן איז פארפלייצט מיט הונדערטער סארט דעש קעמס פאר גאנץ ביליג, איך וויל הערן פונעם עולם וועלכע מען נוצט און צו מען איז צופרידן דערמיט.

איך וויל א דעש קעם מיט די פאלגענדע פיטשערס:

פראנט און אינסייד ריקארדינג
האט GPS location recording
ריקארדט די ספיד.

Rexing האט נישט קיין מאדעל מיט אלע אויבערדערמאנטע פיטשערס. איך האב געטראפן דעס אויף עמעזאן איך בין נייגעריג צו איינער נוצט דאסץ


ס'זענען טאקע דא זייער אסאך ערליי דעש קעמ'ס און ס'איז זייער שווער צו אויסקלויבן פון אזא גרויסן אויסוואל, איך קען דיר נאר זאגן אז די קאמפאני Vantrue האב איך פערזענליכע עקספעריענס אז זיי מאכן גוטע סחורה.

ס'זענען דא א אפאר מינע פון זיי, אבער הצד השוה אז זייערע דעש קעמ'ס זענען שטארק און האלטן זיך גוט, האבן פונקט די גוטע פיטשערס, אבער די עיקר אז די ווידיאוס פון Vantrue זענען פון די קלארסטע וואס כ'האב נאר געזען נאכן טעסטען א שיינע פאר אנדערע דעש קעמ'ס, און בעיקר אויף ביינאכט ווען מ'פארט אין די טונקל ווי עס איז היפש קלאר.

(כמעט קייין איין דעש קעם איז נישט אינגאנצן קלאר ביינאכט ווייל ס'איז דאך טונקל, אבער ביי רוב פון די ביליגערע קען מען ממש גארנישט זעהן ביינאכט ובפרא אויף א טונקעלע הייוועי, אבער ביי זייערע סחורה זעהט מען יא היפש גוט)


https://www.amazon.com/dp/B0742J69SQ/ref=emc_b_5_mob_i


https://www.amazon.com/VANTRUE-1920x108 ... ay&sr=8-11


דרך אגב, דו שרייבסט אז דו ווילסט האבן אז ס'זאל רעקארדן דיין ספיד, איז גוט צו וויסן אז עפי"ר איז עס נישט אין דיינע בעסטע אינטערעסן, ווייל די עיקר סיבה צו האבן א דעש קעם איז דאך אז אויב ח"ו געשעהט עפעס זאלסטו האבן פרוף דערפון, אבער ווען דו געבסט איבער די ווידיאו פארן אינשורענס קאמפאני אדער די פאליציי, און די ספיד לימיט שטייט קלאר ברחל בתך אויפן ווידיאו, און זיי זעהן אויף וויפיל פונקטליך דו ביסט דעמאלטס געפארן, און אויב ביסטו געפארן מיט איינס מער ווי די לימיט קענסטו נאך ח"ו ארויסקומען א שולדיגער דערפון.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג יוני 30, 2019 9:22 am

יישר כח בשבילי, האסט א שטארקע פוינט וועגן די ספיד, איך געב אויף די פיטשער.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
וזרח השמש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

תגובהדורך וזרח השמש » זונטאג יוני 30, 2019 9:49 am

פעטער שמואל האט געשריבן:מיין Rexing V1 דעש קעם איז געגאנגען שלאפן נאך 2 יאר. איך וויל קויפן א נייערע מיט בעסער פיטשערס. די Rexing זענען טאפ קוואלעטי אבער גאנץ טייער. עמעזאן איז פארפלייצט מיט הונדערטער סארט דעש קעמס פאר גאנץ ביליג, איך וויל הערן פונעם עולם וועלכע מען נוצט און צו מען איז צופרידן דערמיט.

איך וויל א דעש קעם מיט די פאלגענדע פיטשערס:

פראנט און אינסייד ריקארדינג
האט GPS location recording
ריקארדט די ספיד.

Rexing האט נישט קיין מאדעל מיט אלע אויבערדערמאנטע פיטשערס. איך האב געטראפן דעס אויף עמעזאן איך בין נייגעריג צו איינער נוצט דאסץ


איך האב געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט crosstour זיי האבן נישט קיין קאסטומער סערוויס!
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט