בלאט 1 פון 2

טרעפיק

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 3:13 pm
דורך לחיים ולברכה
ווי באקאנט, אויפ'ן וויליאמסבורג בריק אויפ'ן וועג אריין צו מאנהעטן איז יעדן אינדערפרי דא טרעפיק. ווייסט איינער צו דער ברוקלין בריק איז בעסער?

אדער, ווייסט איינער פון אן אנדערע וועג צו נעמען דעם עפ. די. אר. אויסער דורך די 2 בריקן?

איז דער וועסט סייד הייוועי בעסער און שנעלער ווי דער עף די אר?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 4:26 pm
דורך דארפסמאן
59 סטריט בריטש פלעגט זיין בעסער איך ווייס נישט אויב היינט אויך

Re: טרעפיק

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 11:41 pm
דורך thefact
לחיים ולברכה האט געשריבן:האסט איין שעבוד: צו אהיימברענגען פרנסה אין שטוב (מדברי חכם אחד)


פארטרייב נישט דעם עולם

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 3:11 pm
דורך קרעמער
איך בין לעצטנס געפארן מיט אן ערפארענעם חסד דרייווער, הארט בעפאר ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן וויליאמסבורג בריק האט ער באקומען א טעקסט פונעם דיספעטשער אז ער זאל אוועקשטיין דערפון, ער איז געפארן אביסל ווייטער (פרעג מיר נישט דעם וועג) און געכאפט דעם מידטאון טונעל, עס איז געווען א געשמאק.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 9:37 pm
דורך לחיים ולברכה
קרעמער, עראט זיכער געמאכט א רעכטס אויף סאוט פיר, א לינקס אויף ראדני, און אראפגעפארן ביז'ן בי קיו אי, אויפ'ן קאזקיאזקאו בריק און פון דארט אויפ'ן מידטאון טאנעל. (כמעט וואס כ'האב געטוהן היינט...).
נעקסטע מאל עמיר פרובירן דעם ברוקלין בריק אי"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2008 8:17 am
דורך farshlufen
קרעמער: פאר דיר פערזענלעך און פאר אלע בעט-שטיי איינוואוינער איז שנעלער און גרינגער צו נעמען דעם FDR דארעך דעם ברוקלין ברידזש, מ'שפארט זיך איין דעם גאנצן וויליאמסבורג'ן טרעפיק ביזן ברידזש [א קיימא לן פון גוטע פופצען מינוט] פלאס די לייטס אין מאנהעטן .

מ'פארט אראפ פלאשינג ביז נעווי סטריט [נאכן נעווי יארד] און מ'מאכט א רעכטס אויף נעווי און גלייך א לינקס אויף סאטמער דרייוו אוי! איך מיין צו זאגן סענדז סטריט, סענדז פירט אריין גראד אינעם ברידזש, פונעם ברידזש נעמט מען דעם רעמפ גראד אריין אינעם FDR איר קומט אריין א גוטע צוויי מייל פריער פאר האוסטען סטריט אבער ס'איז אסאך באקוועמער אין שנעלער.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2008 10:07 pm
דורך לחיים ולברכה
יא פארשלאפן, כאבעס שוין פרובירט צוויי מאל, און ס'איז טאקע אסאך בעסער ווי דער וויליפעסט בריק. ס'האט אויך א מורא'דיגע מעלה, אז מ'קען נעמען דערפון דער וועסט סייד הייוועי, און מ'קען זעהן פונעם בריק צו ס'איז דא טרעפיק אויפ'ן עף די אר, וואס גיט די אפציע צו שנעל טוישן די מהלך החיים... משא"כ אויפ'ן ווילי בריק קען מען שווער אנקומען צום מערב זייט הויפט וועג.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2008 11:03 pm
דורך קרעמער
פארשלאפן;

איך פערזענליך בין א פיסגייער, אדער פאסאזשיר. אבער ווען איך בין לעצטנס אריינגעפארן אין שפיטאל מיט א יולדת אינמיטן די נאכט, האט דער קאר סערוויס דרייווער טאקע גענומען דעם ברוקלין בריק.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2008 11:21 pm
דורך זיידעניו
איך צומאל האב גאר שטארק הנאה צו זיצן אין טרעפיק
יא פשוט ווייל ווען די מאטער הייבט אן מיט זיינע געדרייעניש כאפ איך א דרימעל ביז מען קומט אן צו די דעסטענאציע און ווי לענגער מען פארט אלץ א בעסערע שלאף אידאס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 8:47 am
דורך farshlufen
קרעמער:

דו דינגסט קיינמאל נישט קיין קאר?

איך האב אויך נישט קיין אייגענע קאר אבער דינג גענוג און נאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 9:41 pm
דורך שוועמל
די קאזשקיאסקו בריק איז דאך איין שטיק טרעפיק, אדער ווי זיי רופן עס 'סלאגיש' .

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:40 pm
דורך קרעמער
פארשלאפן;

איך האב נישט קיין לייסענס.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 29, 2008 9:33 am
דורך farshlufen
קרעמער:
ס'איז מיר נישט פייגעבאלן

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 29, 2008 9:35 am
דורך אנדי פעטיט
קרעמער האט געשריבן:פארשלאפן;

איך האב נישט קיין לייסענס.


איי קענט בליוו דעט! בשטה?

פארעפענטליכט: שבת מרץ 01, 2008 9:32 pm
דורך קרעמער
יא

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2008 1:15 pm
דורך cano
עס איז דא א וועג אויסצוקראסען די קאצקיאצקאו, איך געדענק עס שוין נישט אזוי גוט, אבער איך ווייס נישט צו עס איז שנעלער ביי סתם א טרעפיק דזשעם, איך מיין צו זאגען ביי די ראש אווער (פארנימענע שעה) טרעפיק.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 05, 2008 9:35 pm
דורך לחיים ולברכה
קאצקערצוקער בריק איז נישט אזוי געפערליך, ס'איז שטייט אבער ס'פארט. ס'איז שטייט ווייל דאס רוב פונעם פארקער פארט אריין אינעם עקזיט, צו קיין מאנהעטן דורכ'ן מידטאון טאנעל צו קיין קווינס/לאנג איילאנד/דזשעי עף קעי דורכ'ן לאנג איילענד עקספרעסוועי.

למעשה, אינדערפרי איז דאכטסעך נישטא קיין בעסערע וועג ווי צאלן די נארוואס געהויבענע טאל אויפ'ן טרייבארא בריק.

אגב, כ'בין נאך קיינמאל נישט געפארן דורכ'ן טאפאן זי בריק, ווייסט איינער צו ס'איז אנגעלייגט אינדערפרי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:03 pm
דורך רשכבהג
cano האט געשריבן:עס איז דא א וועג אויסצוקראסען די קאצקיאצקאו, איך געדענק עס שוין נישט אזוי גוט, אבער איך ווייס נישט צו עס איז שנעלער ביי סתם א טרעפיק דזשעם, איך מיין צו זאגען ביי די ראש אווער (פארנימענע שעה) טרעפיק.

אפשר דאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 6:44 pm
דורך farshlufen
כבוד רשכבהג, ווענדט זיך וואו מ'איז ווען מ'היט טרעפיק און וואו אין ברוקלין מען וויל אנקומען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 6:05 pm
דורך רשכבהג
פון וויליאמסבורג קיין לאגווארדיע/קווינס/טרייבארא/מידטואן-טאן אויף ארויס איז דא מער טרעפיק ווי אריין במילה איז א דבר נכון צו קענען די אלטערנעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 6:06 pm
דורך רשכבהג
קרעמער האט געשריבן:איך בין לעצטנס געפארן מיט אן ערפארענעם חסד דרייווער, הארט בעפאר ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן וויליאמסבורג בריק האט ער באקומען א טעקסט פונעם דיספעטשער אז ער זאל אוועקשטיין דערפון, ער איז געפארן אביסל ווייטער (פרעג מיר נישט דעם וועג) און געכאפט דעם מידטאון טונעל, עס איז געווען א געשמאק.

מידטאון טאנעל קאסט טאל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 6:13 pm
דורך רשכבהג
farshlufen האט געשריבן:קרעמער: פאר דיר פערזענלעך און פאר אלע בעט-שטיי איינוואוינער איז שנעלער און גרינגער צו נעמען דעם FDR דארעך דעם ברוקלין ברידזש, מ'שפארט זיך איין דעם גאנצן וויליאמסבורג'ן טרעפיק ביזן ברידזש [א קיימא לן פון גוטע פופצען מינוט] פלאס די לייטס אין מאנהעטן .

מ'פארט אראפ פלאשינג ביז נעווי סטריט [נאכן נעווי יארד] און מ'מאכט א רעכטס אויף נעווי און גלייך א לינקס אויף סאטמער דרייוו אוי! איך מיין צו זאגן סענדז סטריט, סענדז פירט אריין גראד אינעם ברידזש, פונעם ברידזש נעמט מען דעם רעמפ גראד אריין אינעם FDR איר קומט אריין א גוטע צוויי מייל פריער פאר האוסטען סטריט אבער ס'איז אסאך באקוועמער אין שנעלער.

געקוקט אויף גוגל:

ברוקלין בריק: 9.5 mi, 22 mins
Franklin D. Roosevelt East
ברוקליןן בריק

ווימ"ס בריק:
6.1 mi, 16 mins
Williamsburg Bridge and 1st
וויליאמסבורג בריק

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 10:10 pm
דורך שנאפס
דער פאליסיידס פארקוועי וועט מארגן זיין געשלאסן פון 6 ביז 7 נאכמיטאג, און פון 8 ביז 8:30 ביינאכט, פון עקזיט 4 ביזן וואשינגטאן בריק ביידע וועגן

רשעים וואס זיי זענען, מארגן נאכט האב איך א חתונה אין מאנסי

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 10:59 pm
דורך Sprint
שנאפס האט געשריבן:דער פאליסיידס פארקוועי וועט מארגן זיין געשלאסן פון 6 ביז 7 נאכמיטאג, און פון 8 ביז 8:30 ביינאכט, פון עקזיט 4 ביזן וואשינגטאן בריק ביידע וועגן

רשעים וואס זיי זענען, מארגן נאכט האב איך א חתונה אין מאנסי



its good that you know this before hand..so u can find alt routes

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 10:34 am
דורך שנאפס
איך ציטער נאר אז די בריק וועט אויך זיין אנגעלייגט לכבוד דעם