בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:35 pm
דורך סאדע_באטל
קענסט נוצן די 4 און די 17, און נוצן די וואדקליף לעיק עקזיט ארויף אויף סעדדעל ריווער. עס נעמט נישט לענגער

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:37 pm
דורך שנאפס
דאס ווייס איך, איך טראכט נאר וויזוי דער וואשינגטאן בריק וועט אויסקוקן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:40 pm
דורך סאדע_באטל
אז דו ביסט שטארק באזארגט איבערן וואשינגטאן בריק קענסטו דיר משתמש זיין מיט די טונעלן פון לינקאלן אדער האלאנד. אויב נישט די פאליסעידס ביסטו נישט געבינדן צו די בריק פון וואשינגטאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:41 pm
דורך באמבאסטיש
אדער מעידזשער דיגען, טראוועי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:42 pm
דורך סאדע_באטל
מעידזשאר דיגען קאסט געלט און איז מער אויסגעשטעלט צו טרעפיק

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:37 pm
דורך farshlufen
רשכבה"ג, איר רעדט פון קאמפיוטער אדער פון מציאות?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:38 pm
דורך שנאפס
רשכבה"ג נוצט יעצט א צווייטע ניק..

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:47 pm
דורך farshlufen
סאדע_באטל האט געשריבן:אז דו ביסט שטארק באזארגט איבערן וואשינגטאן בריק קענסטו דיר משתמש זיין מיט די טונעלן פון לינקאלן אדער האלאנד. אויב נישט די פאליסעידס ביסטו נישט געבינדן צו די בריק פון וואשינגטאן.


דער האלאנד איז נישט געמאכט,צו נוצן פאר מענטשן געדרוקט אין צייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:49 pm
דורך שנאפס
און פונען לינקאלן טונעל ווי כאפט מען דעם זיבעצענער?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:54 pm
דורך farshlufen
דעם פיר פינעף און ניינציג, דער דרייער, דעם הונדערט צוואנציגער און דעם זיבעצענער.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 2:57 pm
דורך שנאפס
און אלעס נח גפן, איא?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 3:22 pm
דורך farshlufen
נאר וואס?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 3:33 pm
דורך סאדע_באטל
נישט ראטזאם צו נוצן די הונדערט צוואנציגער פאר אן ערשטמאליגע באנוץ, עס איז מער קאמפליצירט. און נישט אייביג שטופן זיך אסאך מענטשן אריינצוגיין אין די זיבעצענער פונעם דרייער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:50 am
דורך שנאפס
די האב-א-מייער ענטרענס צום וויליאמסבורג בריק איז פארמאכט צוליב קאנסטרוקציע, מען ברויך פארן דורך בעדפארד/סאוט 5

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 6:13 pm
דורך שנאפס
די דזשארדזש וואשינגטאן בריק מזרח-צו אויבערשטע שטאק איז פארמאכט צוליב א מעשה וואס אינוואלווד א דזשעק-נייפד (Jack-Knifed) טראקטאר-טרעילער

photo.JPG

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 1:22 pm
דורך מחותן
סאדע_באטל האט געשריבן:קענסט נוצן די 4 און די 17, און נוצן די וואדקליף לעיק עקזיט ארויף אויף סעדדעל ריווער. עס נעמט נישט לענגער

מער דיטעליס? וועלכע נומבער עקזיט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 1:43 pm
דורך farshlufen
מחותן האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:קענסט נוצן די 4 און די 17, און נוצן די וואדקליף לעיק עקזיט ארויף אויף סעדדעל ריווער. עס נעמט נישט לענגער

מער דיטעליס? וועלכע נומבער עקזיט?

געוויס מיינט ער דאס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 2:14 pm
דורך farshlufen
דארפסמאן האט געשריבן:59 סטריט בריטש פלעגט זיין בעסער איך ווייס נישט אויב היינט אויך

אריינצוקומען פון מאנהעטן דורכן 59 סטריט - עד קאטש - בריק און פארט נוצן דעם בי קיו אי האט איר נאכן בריק צוויי וועגן:
גלייך אויף קווינס בולעווארד, לינקס אויף 43 סטריט און אריין אינעם בי קיו אי.
רעכטס צו דזשעקסאן עוו. הארט פארן פולאסקי בריק האלטס אייך צו רעכטס, ביים לייט מאכט א לינקס, און דערנאך נאך איינס אויף בארדן עוו. א לינקס אריין צום 495 הארט נאכן טונעל, גיט אכט אויף די טאוולען קיין ברוקלין שטארק, אנדערש קאנט איר זיך גרינג טרעפן אין די אייל אף לאנג, געדענקט אז מיר האבן אייך געווארנט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:12 am
דורך farshlufen
הער איך אז דער GWB באקאנט אלס דער דזשארדזש וואשינגטאן בריק וועט האבן נאכאנאנדע אפשפארונגען צוליעב גאר דרינגענדע פאריכטונגען וואס פעלן זיך אויס כדי אנצופילן די קעשענעס פון די ארבייטער און צו צופרידענשטעלן דעם המון וואס וועלן צו זען ווי זייער אויסגעהארעוועטע געלט פאר די אלעמאל שטייגענדע טאלל שטייער ווערט פארנוצט צו פארשטארקן די עקאנאמיע.

זייענדיג א געליטענער פון די דערמאנטע אפשליסונגען וועל איך ווייזט אויס אין געוויסע צייטן זיך באנוצן מיטן אויסגעוואקסענעם טאפפען זי בריק.

מה' מצעדי גבר כוננו.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:20 am
דורך farshlufen
פאר מער זעהט דא:

אלערטס אין אדווייזאריס

אידיש גערעדט, עפ"ר אונטן גענצליך פארמאכט און אויבן אפן בלויז איין ליניע.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:20 am
דורך הערליך
קרעיזי

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:25 am
דורך פליגל
אויב ווילט איז זיך פארשפארן די 6.50 טאלל פונעם טריי-בארא דמתקריא RFK דאן קאנט איר זיך אריבערכאפן מיטן וויליס עוו. בריק קיין FDR, און ביי גרענד עוו. נעמט מען דעם וויליאמסבורגער בריק.

פאר די וואס פארן אויף בארא פארק קאן אפשר זיין א שטיקל געדאנק פון ניצן די טורנפייק ביזן גאטהעלעס בריק אריין קיין סטעטן איילאנד, די פראגע איז ווי עס האלט די גאטהעלס אויב דאס ווערט נישט פערצופאל אפגעשפארט פאר קאנסטראקשען. איינער מיט דעטאלען ווערט פארבעטן איבערצינעמען די מייק.