בלאט 1 פון 1

זיך לערנען דרייווען אן אויטא (קאר)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2008 5:47 pm
דורך לאז געמאכט
קודם פאר די וואס ווייסן נישט: ווען מען וויל זיך לערנען טרייבן אן אויטא פארלאנגט דאס געזעץ צו מאכן א בחינה בכתב דאס באשטאט פון צוואנציג שאלות, אז מען ענטפערט פערצען דערפון כדבעי באקומעט מען א פערמיט.
דערנאך דארף מען ארום פארן א גאס צוויי מיט א אינסטראקטער אין אז מען איז נושא חן ביין אים באקומעט מען געהעריגע לייסענס. דאס איז מער ווייניגער דער פראצודער.

יעצט די בוך וואס מען דארף דורך לערנען איז גרויס אין פאר די וואס קענן נישט די שפת המדינה איז דאס נאך שווערער על כן האט א טוי סטאר אין ווימ"ס ארויס געגעבן א דינע קונטרס וואס דארט שטייט אלע קשיות וואס זיי קענען פרעגן מיט די תשובות אין די בעק אין אז מען קען דעס קען מען מאכן דעם בחינה.

די פראבלעם איז אז די בוך איז זייער אלט אין עטליכע געזעצן האבן זיך געטוישט אויך אין אפשר האט די די עם ווי געטוישט די שאלות אויך ווער ווייסט..

עכ"פ מ'ברויך א נייע.. ווייסט איינער ווי ס'דא צובאקומען (בעסער אטנליין אויב מעגליך) אזא מין ביכעל מיט די נייע שאלות אין געזעצן.

א גרויסן יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 10:40 pm
דורך thefact
גם אני בחלומי
ולמצוה גדולה יחשב

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2008 10:58 am
דורך farshlufen
איך פארשטיי נישט וואס די פראבלעם איז, איר קענט קאמפיוטער און איר קענט נישט קיין ענגליש?

אויסער דעם דעם ביכל ברויך מען אדורך לערנען און זיך עס גוט איין חזר'ן אז נישט וועט נאך קאנא שרייבן איבער אייך א ראוד רעידזש ארטיקל.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2008 1:36 pm
דורך דארפסמאן
לאז געמאכט - נעקעט טיים שרייב נישט אפן ווער עס פארקויפט עס , עס איז נישט לעגאל

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2008 2:24 pm
דורך לאז געמאכט
דארפסמאן האט געשריבן:לאז געמאכט - נעקעט טיים שרייב נישט אפן ווער עס פארקויפט עס , עס איז נישט לעגאל
איך האב עס געטוישט מפני כבודך אבער איך בין נישט זיכער אז עס איז נישט לעגאל ס'איז דא אזעלעכע טעסטס אויף פארשידענע וועב פעטשעס מיט אדרעסן אין פאן נאמבער'ס פון פירמעס, סא גלייב איך נישט אז עס איז איליגעל
די פראבלעם איז א די אלע וואס דרייען זיך ארום אויפן געוועב איז נישט געמאכט אנודערצולאדענען אין דאס איז וואס איך וויל וויסן צו איינער ווייסט ווי מען קען דאס האבן..

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2008 3:48 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח לאזגעמאך

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 10:32 am
דורך thefact
לאז געמאכט האט געשריבן:ס'איז דא אזעלעכע טעסטס אויף פארשידענע וועב פעטשעס מיט אדרעסן אין פאן נאמבער'ס פון פירמעס, סא גלייב איך נישט אז עס איז איליגעל
די פראבלעם איז א די אלע וואס דרייען זיך ארום אויפן געוועב איז נישט געמאכט אנודערצולאדענען אין דאס איז וואס איך וויל וויסן צו איינער ווייסט ווי מען קען דאס האבן..


ווי איז דא אזעלעכע טעסטס אויף די וועב
אפאר לינקס ביטע

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 1:38 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 1:18 pm
דורך 9/11/01
http://www.nysdmv.com/dmanual/default.html

גיי אריין אין יעדע QUIZ קענסט עס ארויספרינטען

פיל עס נישט אויס קליק אויף GRADE ME וועסטו טרעפן אלע ריכטיגע תירוצים

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 5:19 am
דורך KCSP
איינער ווייסט אפשר נאך א לינק?? איך בין יעצט געווען ביי דעי לינק אבער די quiz ארבעט נישט, איז דא נאך עפעס א לינק??

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 5:25 am
דורך KCSP
by the way נישט לאנג צוריק בין איך געגאנגען מיט די זעלבע לינק איך האב סעלעקטעט quiz און עס האט געארבעט. איינער ווייסט אויב עס האט זיך געסטאפט???

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 10:39 am
דורך לאז געמאכט
ס'ארבעט א מחי' יעצט פרובירט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 2:41 pm
דורך scy4851
אגב דער ביכעל וואס לאז גימאכט האט דערמאנט.
מיין זיהן הא עס גיקרוגען, דורך גיקוקט אין גגאנגען נעמן דעם טעסט.
ווען ער האט צירוק גיגעבן דעם טעסט מיט די תשובות גיט דער באמטע א פרעג. EASY TEST? מען האט דאס איהם גיפרעט ווייל ער האט צי שנעלל אריינגיגעבן די תשובות.
והמבין יבין

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 3:25 pm
דורך KCSP
ווייל לכתחילה דארפטו אדוירעך לייענען די גאנצע ביכל פארדעם. די קונטרעס מיט די וועב סיידס זענען געמאכט געווארען פאר איינער וואס האט שוין געליינט די געהיריגע ביכל אין וויל איבערחזרן פארן נעמען די טעסט.
עניוועי ישר כח פארן איינמעלדן אז עס ארבעט שוין איך גיי עס יעצט בראבירן
גיט שבת יעדער see you motza shabbos

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:41 pm
דורך חידוש נפלא
ביי די quiz איז דא עטליכע Chapters, איך האב געהערט אז רוב קשיות ביי די טעסט האב איז בעיקר אויף צוויי טשעפטערס

איינס איז אויף אלקאהאל (טשעפטער 9) און די אנדערע געדענק איך נישט

ווער ווייסט וועלכע טשעפטערס איז די עיקר וואס מען דארף חזר'ן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 8:02 pm
דורך מאנאגרעמס
מען דארף געהעריג אדורכליינען דעם גאנצן קונטרס, דרייוון איז נישט קיין וויץ.

יעצט צו די פראגע בנוגע די ד.מ.וו. קוויז, איך האב אדורכגעליינט די בוך און נאכדעם געגאנגען צום סייט און גענומען דעם קוויז, איך האב פרובירט צו ענטפערן וואו ווייט מעגליך ווייל אזוי גייט עס פשוט בעסער אריין אין קאפ, און נאכדעם האב איך געדריקט 'גרעיד מי' און אזוי האב איך געזען וואס בערך זיי ווילן הערן פון מיר ביים עכטן טעסט.
די גאנצע בוך איז געמאכט נאר דיך אויסצולערנען די סעיפטי ענינים בשייכות מיט דרייוון, (נאך אלעמען, אויב דו האסט א פערמיט מעגסטו לעגאל דרייוון מיט א שומר) ממילא ווען זיי דיר -מער ווייניגער- פרעגן אזוינע קשיות.
איך האב אויף מיין טעסט געהאט בערך 4 אלקאהאל שאלות, וואס אויב האסטו [פלעין] געהעריג געליינט דעם בוך זענען זיי גרינגע שאלות - און תירוצים.

טיפ. ווען אויפן טעסט איז דא 3 ענטפערס און נאכדעם שטייט ALL OF THE ABOVE איז דאס די ריכטיגע תירוץ! %99.9!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 12:30 pm
דורך גולש
די מעשה איז אזוי:

איך דרייוו שוין פאר א גוט-שטיק צייט, אבער אינעם קומענדיגע וואך דארף איך ארויסדרייוון א וועג פון כמעט 9 שעה - עפעס וואס איך בין נישט געוואוינט,

עטליכע חדשים צוריק האב איך ארויסגעדרייווט צו מאנטריאל, און ס'האט מיר גענומען 3 טעג פטור צו ווערן פון די הענט און פוס ווייטאג, וואס איז פאראורזאכט געווארן דורכ'ן זיצן אזוי לאנג אויף איין פאזיציע (כאטש איך האב גענומען 2 קורצע ברעיקס אינמיטן,) איך האב געמוזט בעטן א צווייטן צוריקצודרייוון - שוין אפגערעדט אז איך האב נישט געקענט געהעריג טאנצן ביי די חתונה (שטארק זיך: א בראך!)

סאו האט איינער א עיצה וואס איך קען טון, אז דאס זאל נישט פאסירן ביי מיין קומענדע נסיעה?

שכח

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 12:58 pm
דורך למעלה משבעים
וואס איז די לעגנסטע וואס די קענסט זיצן? צוויי שעה? אויב יא, נאך א שעה שטעל דיר אפ, און כאפ א טענצל, גראד אויס די ביינער, און היידע ווייטער געגאנגען.
--
די אמת'ע עצה איז נישט דרייווען אנגעצויגן, נאר רילעקסט כאילו די זיצט ביים זיידן אין וויינגארטן. בדוק ומנוסה.
איך פארשטיי אז אויף די קומענדיגע נסיעה וועסטו נאכנישט זיין צוגעוואוינט דערצו איז נישט שייך די עצה, אבער אפילו אזוי, פראביר יעדע פאר מינוט ווען די דערמאנסט זיך, רילעקס, לאז נאך דיינע אנגעשטרענגטע מוסקלען.
איך האב שוין געדרייווט 8 שעה אין איין צו און נישט געהאט קיין שום נאכווייען, נישט קיין הענט און נישט קיין פיס. און איך האב שוין געדרייווט 1 שעה, און געפילט נאכדעם ווי די האנט קומט מיר אראפ, דאס אלעס האט צו טון ווי אנגעצויגען מען דרייווט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 10:50 pm
דורך גולש
שכח למעלה, וואס דו זאגסט מאכט סענס - כאטש איך ווייס נאכנישט פונקטליך וויאזוי מטוט עס,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:41 pm
דורך שמן זית
האט איינער די טשידינג טעסט אויף PDF?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:34 pm
דורך שנאפס
איך האב געדרייווט אויף ניו העמפשיר א חודש נאכן מאכן לייסענס, און אויפן וועג אהין איז געווען זייער שווער

דארטן האט מיר איינער געזאגט די זעלבע ווי למעלה משבעים (דו??) און עס האט געהאלפן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:52 pm
דורך שלעפשיץ
אל מעלת כבוד החברים והליינער'ס
טוטס מיר אלע א טובה - פאר מיר פאר אייך און פאר די גאנצע וועלט!

ליינט דעם בוך - נישט נאר די טשידינג פעיפערס - שכח!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:38 pm
דורך שמן זית
i need the cheating test, Period

נאו עצות, נאו עדווייס, פליז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:04 pm
דורך ים רויבער
אפשר דא רעדט מען דערפון