עס איז איינגעגעבן א פארשלאג וואס וועט צולייגען געוויסע פראגעס איבער סקול באס געזעצן ביי די קאר פערמיט און אויך ביי די 5 שטונדע קורס פאר די ראוד טעסט.
די פארשלאג לייגט פאר אז עס זאל זיין אמווייניגסטן איין פראגע איבער סקול באס סעיפטי ביים מאכן די פערמיט און עס וועט אויך אויפגעברענגט ווערן ביי די 5 שעה בעפאר דרייווען קורס.
אין איינס פון די מערסטע פארשלאגען ווילען די געזעצגעבער אז מען זאל קלאר וויסען די געזעץ איבער ווען און וויאזוי די קארס ברויכען זיך אפשטעלן ווען א א סקול באס איז אפגעשטעלט און נעמט אויף אדער לייגט אראפ פאסאנדזשירן.
עס ווערט אויפגעברענגט, אז אין א געווענליכען שולע טאג פאסירט געווענליך אז ארום פערציג טויזענט דרייווער זאלען אריבערפארען א באס מיט רויטע לייטס אנגעצינדען, און עס איז גאר וויכטיג אז מענטשן זאלען וויסען די סכנה איבער דעם.
סקול באס געזעצן א טייל פון די קאר פערמיט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
סקול באס געזעצן א טייל פון די קאר פערמיט!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.