בלאט 1 פון 3
פרייזן און סערוויס דיפערענצן צווישן אובער, לופט און זשאנאו
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:03 am
דורך יאיר גאלד
אלע דריי זענען היבש פאפולער, יעדער פון זיי האט זיך מעלות און חסרונות. לאזט הערן אייער עקספיריענס אויף זיי.
לענ"ד איז אובער די ביליגסטע לאקאל, ביי לאנג דיסטענס זענען די אנדערע צוויי אסאך ביליגער.
געוויסע ביליגע קאר סערוויסעס זענען ביליגער פון אלע דריי ביי לענגערע נסיעות ווי למשל צום קאנטרי.
די בעסטע סערוויס, מערסטע סעפטי און שענסטע קארן וועט איר טרעפן ביי זשאנאו, זיי געבן 90 פראצענט פון די געלט פארן דרייוער (אובער געט נאר 75) דעריבער קלויבן זיי זיך אסאך מער און נעמען בלויז טאפ אף די ליין. אגב, זשאנאו איז אונטער א אידישע אייגנטומערשאפט.
שערט אייערע מיינונגען ביטע.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:12 am
דורך ארום די זייגער
לענ״ד איז Juno די ביליגסטע לאקאל
וכן אני נוהג זיי צו ניצן
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:18 am
דורך מארס
איך האב היינט גענומען א ליפט קיין מאנהעטן און אויף צוריק דשונאו, ליפט איז געווען א פיינע לינקולן קאר, קלין מיט א גיטע דריייווער, דשונאו איז געווען א עקארד, שמוציג, א אומגעדולדיגע דרייווער, א גאנצע וועג געווען ביזי אויפן סמארטפון מיט פעיסבוק וכדומה
פרייז איז דשונאו געווען עטוואס ביליגער
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:47 am
דורך איסר האטלקי
מארס האט געשריבן:איך האב היינט גענומען א ליפט קיין מאנהעטן און אויף צוריק דשונאו, ליפט איז געווען א פיינע לינקולן קאר, קלין מיט א גיטע דריייווער, דשונאו איז געווען א עקארד, שמוציג, א אומגעדולדיגע דרייווער, א גאנצע וועג געווען ביזי אויפן סמארטפון מיט פעיסבוק וכדומה
פרייז איז דשונאו געווען עטוואס ביליגער
געב אים א צוויי סטאר רעיטינג און איר וועט קיינמאל מער נישט באקומען דעם דרייווער. אזוי שרייבן זיי.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:49 am
דורך איסר האטלקי
לאקאל איז טאקע אובער די ביליגסטע, אבער נאר אויב מען נוצט פאאל.
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 1:46 am
דורך האיש
ליפט קומט מיר אויס מיט איבער א דאללער ביליגער פון אובער פאר לאקעל
געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 7:40 am
דורך דריידל
מארס האט געשריבן:איך האב היינט גענומען א ליפט קיין מאנהעטן און אויף צוריק דשונאו, ליפט איז געווען א פיינע לינקולן קאר, קלין מיט א גיטע דריייווער, דשונאו איז געווען א עקארד, שמוציג, א אומגעדולדיגע דרייווער, א גאנצע וועג געווען ביזי אויפן סמארטפון מיט פעיסבוק וכדומה
פרייז איז דשונאו געווען עטוואס ביליגער
אינטערעסאנט. איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען קיין לינקלאן
געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:22 am
דורך השמש
איך ניץ אובער, איינמאל באקומען א עמ די עקס , פרייזן זענען ביידע בערך די זעלביגע
געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:45 am
דורך זינגער
איך נוץ איעדן טאג דעיע זאכען.
כ'האב שוין געהאט אלע מינע דרייווערס, צענדליגע מעשות.
איז אזוי,
Uber שיקט אסאך פראומושענס למשל 50% off, לעצטענס באקום איך עס איעדע וואך אויף אימעיל, דעמאלס זענען זיי זיכער די ביליגסטע.
Uber האט א גרויסע פראבלעים אז די דרייווער קען מחליט זיין אז עס לוינט זיך עהם נישט די טריפ און ער קומט קיינמאל נישט אן, און אז די ווילסט עס קענסלען קאסט עס $5, דאס איז א חוצפה שאין כדוגמתו, אזוי קענען זיי באקומען די $5 פון די קענסילעישן, איך האב געהאט לעצטענס אז מ'האט מיר געקענסעלט 4 מאל די טריפ, אגב ווען די ווערסט געטשארדזט $5 קענסטו גיין צו דיין טריפ און דריקן driver canceled און די באקומסט אטאמאטיש צוריק $5 קרעדיט אין דיין עקאונט.
לעצטענס איז Uber געווארען זייער ביזי מיט pool, רוב מאל גייסטו האבען איינעם אין די קאר, די דרייווערס זענען מער נישט מחליט אנצונעמען די דזאב אובער איז מחליט פאר וועם עס צו געבן.
כ'האב געהאט דעיע וואך מיט pool, אין מיין קליינע קאר זענען געזיצען 3 מענטשן און איך בין געוועהן די פערדע מענטש, און איינער אין די בעק איז געווען זייער גראב, כ'האב עהם שיינערהייט פארשיקט, פארשטייציך זיי האבען געטשארדזט $5 וואס כ'האב גלייך צוריק באקומען.
Juno איז די ביליגסטע רוב מאל פאר געהעריגע ריידס, זיי האבען נישט קיין שערד רייד אפציע.
Lift האב איך כמעט קיינמאל נישט געטראפן זיין ביליגער.
רוב דרייווערס דרייווען פאר אלע קאמפאניס.
לעצטענס געהאט אז א אובער דרייווער איז געקומען מיט א אנגעשטאפטע טראנק, די קערידז איז נישט אריין געגאנגען, דער האט באקומען א 3 סטארס לכבוד דעים.
אז איינער האט א אנגעפילטע פראנט סיעט געב איך א 4 סטארס.
אז די דרייווערס זעהן אז מען געט ווייניגער ווי 5 סטארס געבן זיי צוריק ווייניגער, גיי פארשטיי פארוואס זיי לאזן עס צו.
א גוטע טיפ, אסאך מאל ווען די געבסט א רוק די לאקעישן מיט אפאר הייזער ווייטער קען עס אויסקומען א דאלער צוויי ביליגער, פראבירטס עס אויס.
געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 9:02 am
דורך גאפל
וואס מיינט אז זיי געבן צירוק ווייניגער, וואס דארפן זי צירוק געבן?
געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:13 am
דורך יאנקל
ווייסט איינער צו מען קען האבן אובער , ליפט אדער זשונאו אויפן קאמפיוטער ?
געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 12:56 pm
דורך לייב ירק
לעצטענס איז ליפט ביליגער ווי אובער די גהעריגע נישט pool or line
געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 10:18 pm
דורך זינגער
גאפל האט געשריבן:וואס מיינט אז זיי געבן צירוק ווייניגער, וואס דארפן זי צירוק געבן?
זיי רעיטן אויך די פאסאזשירן, זיי קענען אויך געבן 1 סטאר, איך ווייס נישט וואס עס מאכט אויס.
געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:00 pm
דורך שאינו יודע
איך האב שוין אפאר מאל געוואלט מאכן פאאל אבער איך האב מורא אז איך וועל אויסקומען נעקסט צו א גויטע. וואס טוט מען אין אזא פאל
דזשונא איז די ביליגסטע פאר לאקאל.
רוב מאל 5/6 דאלאר
געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2018 12:00 am
דורך זינגער
די קענסט זיך זעצן אין פארנט
געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2018 1:08 am
דורך יענקעלע
האט איינער שוין געהערט פון
via? קוקט אויס ווי א פערדער צום טיש.
געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2018 1:42 am
דורך נא_שכל
יאנקל האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען קען האבן אובער , ליפט אדער זשונאו אויפן קאמפיוטער ?
uber קען מען דורך א ווינדאוס עפפ, אבער מ'דארף עס קאנעקטען צו א פאון, אפילו א בעסיק איז גוט.
די אנדערע ווייס איך נישט.
געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2018 9:13 am
דורך איסר האטלקי
יענקעלע האט געשריבן:האט איינער שוין געהערט פון
via? קוקט אויס ווי א פערדער צום טיש.
ווי זיי שרייבן האבן זיי דערווייל נאר א פאאל אפציע, מען קען נישט פארן מיט זיי אליין.
געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2018 9:17 am
דורך צולייגער
אובער און ליפט קען מען געהעריג דורך א בראוזער.
m.uber.com
m.lyft.com
אבער מען קען נישט טשוזן אדער צולייגן קיין פעימענט מעטאד, עס נעמט די לעצטע קארד וואס מען האט גענוצט.
געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 5:31 pm
דורך יענקעלע
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי זיי שרייבן האבן זיי דערווייל נאר א פאאל אפציע, מען קען נישט פארן מיט זיי אליין.
זעהט מיר אויס אז יא, זעה
דא
געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 5:33 pm
דורך יאנקל
צולייגער האט געשריבן:אובער און ליפט קען מען געהעריג דורך א בראוזער.
m.uber.com
m.lyft.com
אבער מען קען נישט טשוזן אדער צולייגן קיין פעימענט מעטאד, עס נעמט די לעצטע קארד וואס מען האט גענוצט.
ישר כוח
ווי איך האב אויס געטראפן קען מען יא טוישן מיט די נאמבערס העכער די לעטטערס!
געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 5:34 pm
דורך יאנקל
מיט לופט קען מען אויס וועלן מיני ווענס ?
בכלל זע איך אז אובער איז זייער טייער פאר מיני ווענס
UberPool
געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 9:10 pm
דורך אני מבין
Does anyone know if it’s allowed to take an UberPool with a baby
Someone told me it’s not allowed because it disturbs other passengers
און טאמער דאס קינד איז אויפן שויס קען מען דאס רעכענען פאר 1 Seat ?
געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 10:26 pm
דורך טשאקלעט
אובער האט א חסרון אז די דרייווער קען מחליט זיין צי קענסלען אפילו ווען ער איז שוין אין פראנט פין דיין נאז, מיין ווייב האט אמאל געווארט פאר א אובער ווען ער איז שוין פיינעלי אנגעקומען האט ער געזעהן זי שטיין מיט א קערידזש האט ער געקנסעלט אין אפגעפיצט, חוצפה נורא!
געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 10:29 pm
דורך שאינו יודע
יאנקל האט געשריבן:מיט לופט קען מען אויס וועלן מיני ווענס ?
בכלל זע איך אז אובער איז זייער טייער פאר מיני ווענס
יא. און ליפט איז די ביליגסטע פאר מיני ווען
דזשונא איז אבנארמאל טייער פאר דעם