בלאט 1 פון 1

ווי קען מען אפוואשן די קאר פון די זאלץ?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:00 pm
דורך רויט
ווי באקאנט, בשעת א שניי קומט מיט א שטיקל סייד עפעקט וואס בלייבט איבער לאנג נאכדעם וואס דער שניי איז שוין צולאזט, דאס איז די זאלץ וואס די אומרחמניותדיגער חברה ווארפן אויס אויף די גאסן אן קיין חשבון, און איינע פון די אפעקטירטע איז די קארס.
עס ווערט אינגאנצען שמוציג, מען כאפט אן די קאר פון דרויסן ווערט מען אינגאנצען באזאלצען מיט פארטרוקענטע הענט ואין כאן המקום להאריך ודי ברמיזא.

זיך איך ווי קען מען אין מאנרא/מאנסי געגנט אראפנעמען די סחורה פון די קאר. [עס דארף בלויז א פאר גוטע שפריצעס פון א שלויך וואסער] איך דארף נישט קיין מעכטיגע קאר וואש פאר טייער געלד, פון 1 ביז 3 דאללער ווי קען מען דאס ארלעדיגען?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:12 pm
דורך עין טובה
נעם א שלויך וואסער ביי דיר אינדערהיים.. אדער ווארט פאר א רעגן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:15 pm
דורך רויט
דאכט זיך מיר אז אין וויליאמסבורג ביים BP געז סטיעשאן קענט ביי וויליאמבורג סט. איז און צוגאב צו די וועקיום מאשין וואס איז דא ביי אלע געז סטאנציעס, אויך דא א מאשין אפצווואשן די קאר, און אפסטיעט איז אויך דא אזאנס?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:45 am
דורך השמש
רויט האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז אין וויליאמסבורג ביים BP געז סטיעשאן קענט ביי וויליאמבורג סט. איז און צוגאב צו די וועקיום מאשין וואס איז דא ביי אלע געז סטאנציעס, אויך דא א מאשין אפצווואשן די קאר, און אפסטיעט איז אויך דא אזאנס?

די ביליגסטע קאר וואש איז בערך אכט טאלער איך גלייב נישט אז עס איז דא ביליגער

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 4:35 pm
דורך נישט פשוט
אביסל א שווערע וועג אבער....
נעם א פאטעטא צושנייד עס אויף די לענגליכיגע זייט, שטעך אריין א מיטעלע סייז גאפל און אזוי פאר ארום די גאנצע קאר. אדער מיט פרעש ווייס.
אויב די האסט קינדער און דיין שכינות קענסטו זיי בעטן זיי זאלן עס שיין מאכן מיט שניי

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 4:50 pm
דורך איש האשכולות
נישט פשוט האט געשריבן:אביסל א שווערע וועג אבער....
נעם א פאטעטא צושנייד עס אויף די לענגליכיגע זייט, שטעך אריין א מיטעלע סייז גאפל און אזוי פאר ארום די גאנצע קאר. אדער מיט פרעש ווייס.
אויב די האסט קינדער און דיין שכינות קענסטו זיי בעטן זיי זאלן עס שיין מאכן מיט שניי

:lol:

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 4:59 pm
דורך דריידל
עין טובה האט געשריבן:נעם א שלויך וואסער ביי דיר אינדערהיים.. אדער ווארט פאר א רעגן.

אפשר קען איינער ארויפשטעלן א ליסטע פון געגענטער ווי מ'ערווארט א קעגן און דער עולם זאל קענען אהינפארן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:09 pm
דורך טויגליכער איד
און וויאזוי קען מען פארמיידן די פענסטער פון ווערן פארזאלצן און אייזיג אינמיטן די 17?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:17 pm
דורך נישט פשוט
סווערט זאלצוג פון די וואסער וואס שפריצט פון די קאר און פראנט פון דיר . האלט זיך אביסל ווייטער וועט עס זיין ווייניגער

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:25 am
דורך בסד
איך מיין אז דאס זיכסטו.

Frankie's Full Service Car Wash And Auto Center
194 NY-17M, Harriman, NY 10926