פארקן צווישן צוויי קארס

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

פארקן צווישן צוויי קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

עס וואלט מיר געווען א גרויסע טובה, ווען איינער קען אראפשרייבן קלאר די וועג צו פארקן צווישן צוויי קארן, ד. מ. ווי מען שטעלט זיך ווען מען וויל אנהייבן, וויפל מאל מען דרייט די רעדל צו לינקס, און צו רעכט, און ווען.
איך געדענק ביים לערענען דרייוון אז עס איז דא א געוויסט סיסטעם און דעם
אויב איינער קען דאס אראפשרייבן
א גרויסן יישר כח
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

למעלה, פאלמאן זאגט נישט ווי דיר אין די לינק.. ער קריגט מיט צוויי זאכן:

1) מען דרייט די רעדל בעפארן בעקן לויט וויפיל מען דארף עס דרייען און נאכדעם בעקט מען.
2) אנשטאט פיצא זאגט ער אז מען דארף קוקן ווען דיין שפיגל איז קעגן די קארנער שפיץ פון די בעק פון די פראנט קאר.

פאר אן עקספיריענסד דרייווער מאכט עס נישט קיין חילוק אבער פאר א מתחיל זענען זיינע אינסטרוקציעס פראקטישער און קלארער.

לויט אים זענען די סטעפס אזוי:

1) שטעלט זיך נעבן די קאר וואס איז פארנט פון די ליידיגע פארקינג ספעיס, אבער די בעק פון דיין קאר זאל זיך ארויסשטעקן צו די ליידיגע פארקינג ספעיס ביז אנהייב פון די בעק ווינדאו בערך, דאס איז ארום ביז די בעק רעדל.

2) דריי די רעדל איין גאנצע בייגל צו די זייט פון די פארקינג ספעיס. אדער אויב די ספעיס איז זייער שמאל לייג צו נאך א פערטל בייגל.

3) בעק מיט די געדרייטע רעדל ביז דיין קאר ווערט שיעף אזוי אז די שפיגל איז קעגן די שפיץ קארנער פון די פראנט קאר.

4) דריי צוריק די רעדל עס זאל צוריק ווערן גראד, דאס מיינט א בייגל אדער א בייגל און א פערטל אויף צוריק.

5) בעק ווייטער ביז די בעק רעדל פון די קאר איז ארום א פיס אוועק פון די טראטואר, דאס צו זען דארף מען אנשטעלן די שפיגל זאל קענען זען די בעק רעדל. און מיט די צייט דארף מען שוין נישט די שפיגל ווייל מען רעכנט עס אליין אויס ארויסקוקנדיג פון פענסטער. (די סטעפ פעלט נאר אויס אויב איז מען מעיקרא נישט געשטאנען נאנט צו די דערנעבנדיגע קאר).

6) דריי די רעדל אינגאנצן אוועק פון די טראטואר און בעק ביז דו ווערסט גראד.

פארלעש די קאר, א שאד אויף די גאז, קרעדיט למעלה משבעים...
לעצט פארראכטן דורך רופא נפשות אום זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

א גרויסן יישר כח~
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”