בלאט 36 פון 41
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:44 am
דורך abr
אה ב''ה געווען א שיינע שבת אין קרית יואל .
מען פארט ארויס פון קרית יואל אין זיך נישט געהעריג אפגעשטעלט ביי א סטאפ סיין אין
ער איז דא מיט בלינקערס אינטיר מיר דער סטעט טראופער קומט צי במערקט ער שוין מיין טאכטער
פין 6 יאר זיצן אן סיט בעלס שוין לאט ער מיך ווארטען א וויילע קומט ער צו מיט 3 טיקעטס
ב''ה די וואך האט זיך אנגעפאנגין מיט השפעות אקעי
איין טיקעט פאר נישט געסטאפט ביים סטאפ סיין אין די צווייטע פאר מיין טאכטער אן סיט בעלס
אין די דריטע פאר די באלב העכער די פלעיטס איז אויסגעברענט (אקעא אז מען טוישט די באלב איז די טיקעט אויס )
ווער קען העלפען מיט די צווי טיקעטס וואס איז די בעסטע צו טין אין ווי צו גיין אין אזי פאל
עני עקספועריענס ? תזכו למצוות
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 11:43 pm
דורך abr
אויב מען פליעט נישט גילטי אויף א טיקעט דארף עס זיין אין די 48 HOURS נאכעם באקומען די טיקעטו ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:49 am
דורך מאנ-יימער
abr האט געשריבן:אויב מען פליעט נישט גילטי אויף א טיקעט דארף עס זיין אין די 48 HOURS נאכעם באקומען די טיקעטו ?
אויפן טיקעט שטייט געווענליך וויפיל צייט מען האט אריינצושיקן די פלי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:39 pm
דורך בערקא
האט איינער עני אנפארמאציע איבער די קארט רום אין TOXEDO כ'האב באקומען א ספידינג טיקעט אויפן גראדן-וועג (טראוועי בלע"ז) אין די עריע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 12:53 pm
דורך kyshtiper
בערקא האט געשריבן:האט איינער עני אנפארמאציע איבער די קארט רום אין TOXEDO כ'האב באקומען א ספידינג טיקעט אויפן גראדן-וועג (טראוועי בלע"ז) אין די עריע
געהערט פון א חבר וואס איז דארט געווען & מען האט אים אנגעזאגט פארדעם אז זיי זענען זייער א שטרענגע קאורט
למעשה פאר אים האבן זיי אים געמאכט א פארקינג טיקעט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:04 pm
דורך בערקא
די פאליציאנט קומט אראפ אדער ס׳איז דא א פראסעקיוטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 5:01 pm
דורך פעפערקארן
כמעט אין גאנץ ניו יארק סטעיט, האנדעלט מען מיט די פראסעקיוטער און נישט מיט די פאליציאנט
וואס פארא טיקעט האט ער געהאט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 2:38 pm
דורך בערקא
kyshtiper האט געשריבן:בערקא האט געשריבן:האט איינער עני אנפארמאציע איבער די קארט רום אין TOXEDO כ'האב באקומען א ספידינג טיקעט אויפן גראדן-וועג (טראוועי בלע"ז) אין די עריע
געהערט פון א חבר וואס איז דארט געווען & מען האט אים אנגעזאגט פארדעם אז זיי זענען זייער א שטרענגע קאורט
למעשה פאר אים האבן זיי אים געמאכט א פארקינג טיקעט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 1:35 am
דורך קנעטענע קיגעל
איז א טיקעט פאר פארן אויף 40 אין א 30 מ.פ.ש. זאון אין מאנרא א שטארקע טיקעט ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 7:07 am
דורך בערקא
גיי אראפ אין קארט און בעט מען זאל דאס איינטוישן פאר א פארקינג טיקעט, דערנאך זיי מנדב 150$ לע"נ טאון אוו מאנרא און ביזט א געהאלפענער, בדוק ומנוסה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 11:34 am
דורך קנעטענע קיגעל
איך האב באקימען א טיקעט פארן נישט מאכן בלינקערס ביי מאונטען רד ביי די טרייענגל
איינער ווייסט אויב מען דארף בכלל מאכן בלינקערס דארט ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 4:55 pm
דורך קאכעדיגע
איך בין געשטאנען אויף בעדפארד עוו אין געזען איינער האלט ביים ארויספארן פון א פארקינג ספאט, כ'האב מיך געשטעלט אינטער איהם, ווען ער איז ארויסגעפארן אין איך וויל אריינבעקן, זעה איך א פאליציאנט אין א 3 רעדל קאר, שרייבט מיר א דאבל פארק טיקעט $115
איך גיי ארויס צו איהם אין פרעג איהם 'וואט דיד א דא ראנג'? זאגט ער מיר מיט זיין זיסען גרויליגע שמייכל, דאס וועסטו זאגן פארן דזאדש
היינט זעה איך נאכאמאל טוהן די זעלבע זאך פאר א צווייטער יונגערמאן
זיין נאמען איז Suchit
מען וואלט ווען געדארפט אריינגעבן א קאמפלעין, האט נאך איינער געהאט עקפיריענסד מיט דעם אומווערדיגן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 4:56 pm
דורך געלעגער
דער טינקעלער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 5:01 pm
דורך קאכעדיגע
נישט קיין שחור, א אסיאנער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 10:29 pm
דורך פליגל
דער איז אן אומווערדיגער חי' בצורת כמו-אדם.
כ'אב נישט קיין פערזענליכע עקספיריענס מיט אים אבער כ'ווייס פון זיין אויפפירונג.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 5:06 pm
דורך קאכעדיגע
קאכעדיגע האט געשריבן:איך בין געשטאנען אויף בעדפארד עוו אין געזען איינער האלט ביים ארויספארן פון א פארקינג ספאט, כ'האב מיך געשטעלט אינטער איהם, ווען ער איז ארויסגעפארן אין איך וויל אריינבעקן, זעה איך א פאליציאנט אין א 3 רעדל קאר, שרייבט מיר א דאבל פארק טיקעט $115
איך גיי ארויס צו איהם אין פרעג איהם 'וואט דיד א דא ראנג'? זאגט ער מיר מיט זיין זיסען גרויליגע שמייכל, דאס וועסטו זאגן פארן דזאדש
היינט זעה איך נאכאמאל טוהן די זעלבע זאך פאר א צווייטער יונגערמאן
זיין נאמען איז Suchit
מען וואלט ווען געדארפט אריינגעבן א קאמפלעין, האט נאך איינער געהאט עקפיריענסד מיט דעם אומווערדיגן?
לידיעת הציבור! איך בין געגאנגען צו 210 Joralemon , כ'האב געוויזען א פיקטשור פון מיין קאר געפארקט אין די ספאט, ער האט גלייך דיסמיסעד די טיקעט, ס'איז זייער נאנט, און עס נעמט זייער שנעל
די חידוש איז חאטש די עווידענ'ס איז געווען זייער שוואך (איך וואלט דאך געקענט דארט אריינפארקען נאכ'ן באקומען די טיקעט)
א טיקעט אין קאנאדא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 7:46 am
דורך כאפצעם
זענען'מיר געווען מיט צוויי וואכן צוריק אויף א שבת אין הייליג שטעטל קרית טאהש און זוכה געווען צו אריינכאפן א הייליג טיקעט טאקע ממש דארט אין שטעטל (א מאווינג ווייעלעשאן-געפעסט א קאר אין א וואן וועי);
האט איינער עקספיריענס וויאזוי מ'דיעלט מיט א קאנאדישער טיקעט? טוען די פוינטס עפלייען צו מיין נ.י. לייסענס? אויב נישט קען איך זאגן קישמעך און א גוטן טאג?!
עני אינפא. איז ווערי עפרישיעטעד. א גרויסן שכח פון פאראויס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 7:56 am
דורך פליגל
דוכציך אויב מ'באצאלט'ס תיכף קומט'ס נישט ארויף אויף די ניו יארק'ער לייסענס, משא"כ אויב מ'באצאלט'ס נישט דאן קומט'ס יא ארויף.
דאס'ז אמאל זיכער אז קיובעק מיט ניו יארק טוישן זיך אויף צווישן זיך צייסענס רעקארדס וויבאלד אין די גרעניץ ראיאן זענען דא מענטשן וואס פארן טעגליך אריין און ארויס אהין און צוריק, מילא טוישן זיי זיך אויף אינפארמאציע.
עפעס ליגט מיר אין קאפ דאס אז אויב מ'באצאלט'ס תיכף דאן קומט'ס נישט ארויף. כ'על פרובירן געוואויר ווערן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 8:20 am
דורך כאפצעם
זיי האבן מיר געגעבן 3 פוינטס,
מיינט עס צו זאגן אז אויב באצאל איך דעם Fine ווער איך פטור פון די פוינטס?..
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 2:14 pm
דורך פעפערקארן
עס גייט יא אריבער פוינטס פון קויבעק קיין ניו יארק
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 1:47 pm
דורך כאפצעם
שכח פאר אלע גוטהארציגע יודן פאר די אינפארמאציע.
למעשה האב איך אנגערופן די קאנאדישע פאליציי בעטן די אינפארמאציע פון מיין טיקעט היות ס'איז געשריבן אויף פרענטש און כהאב געוואלט וויסן אויב-און וויפיל- פוינטס כ'האב באקומען.
כ'האב זיי געגעבן מיין טיקעט נומבער, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טרעפן, ער האט מיר אויסגעפרעגט וועלעכע דאטום ס'איז געווען, מיין אדרעס, אבער ער האט נישט געקענט טרעפן קיין שום אינפארמאציע אויף דעם טיקעט נומבער...
זאגט ער מיר כ'זאל אים אריינשיקן א קאפיע פונעם טיקעט וועט ער מיר קענען געבן די אינפארמאציע;
דא איז מיר שוין שטערקער געווארן א פארדאכט וואס כהאב געהאט אין אנפאנג ווען דער פאליס האט מיר ביים געבן דעם טיקעט געגעבן אזא גאנצע בוק פון עטליכע קאפיעס פונעם טיקעט, און כ'האב שוין געהאט געהערט אמאל פון אזא זאך אז די פאליס קענען צומאל בטעות געבן זייער קאפיע פונעם טיקעט און דעמאלטס ווערט דער טיקעט קיינמאל נישט ג'ענטערט אינעם סיסטעם;
יעצט אז דער פאליס האט גארנישט געקענט טרעפן אויף מיין טיקעט נומבער און ער האט מיר נאך געבעטן אריינצושיקן דעם טיקעט... הייב איך שוין אן טראכטן אז דעס איז טאקע די קעיס דא.
למעשה ווייס איך נישט אויף זיכער צו כ'בין גערעכט, ווייס איך נישט צו כ'זאל נעמען א לויער, צו אפשר זאל איך אינגאנצן איגנארירן און פארטיג.
האט איינער עפעס עקספיריענס פון אזא-אדער אן ענליכע- פאל?
שכח פון פאראויס פאר ענקער הילף.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 2:04 pm
דורך קיקיון
עפעס ליגט מיר אין זכרון אז איך האב געשיקט א no guilty
אין עס איז נישט געקומען קיין תשובה האב איך אנגגעריפען אין זיי האבען
גארנישט געטראפען
וויפיל יאר צוריק דאס איז געווען געדענק איך נישט, און קען אז זיי האבען
היינט א בעסערען סיסטעם
אין אינו דומה מאנטריא' לפראווינטשעל
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 2:36 pm
דורך כאפצעם
און דו רעדטסט פון מאנטריאל?
און וואס האבן זיי נישט געטראפן, דיין 'נאט גילטי פליע' אדער בכלל דיין טיקעט?
עניוועי שכח פארן שעירן דיין אינפארמעישאן.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 2:38 pm
דורך קיקיון
דעם גאנצען קעיס
און מן הסתם נישט געווען קיין MOVING
camera red light ticket
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 11:51 am
דורך abr
האט איינער עני עקספירינעס מיט דיסמיסען א קעמערע רעד ליייט טיקעט ?
אדער איינער וואס קען פייטען אזא טיקעט ?