בלאט 35 פון 41

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:09 pm
דורך ענוותן
חשוב'ע אייוועלט איינוואוינער
יא! כהאב באקומען א טיקעט
ניין נישט איינס נישט צוויי נישט דריי נישט פיר, נאר! פינף
איינס: failed to yield the right of way
צוויי, דריי, פיר, seat belt
פינף, cracked windshield
טאטעל 13 פוינט'ס
גאנץ גוט! הא?

וואו? אין ק"י אויפ'ן 32 אריינצופארן אין די טראווועי. די קארט איז אין וואודבערי

כ'האב א גענצליך קלין רעקארט. כ'האב קיין אנונג נישט וויאזוי א קארט קוקט אויס. (גלייבסט נישט?).
איך בין דורך מער ווייניגער אלע בלעטער דא, אבער נאך אלץ בין איך פארלוירן, אפלייען גילטי איז קיין אפשען נישט ווייל דעמאלטס האב מער נישט קיין לייסענ'ס, זאל איך נעמען א לויער? אויב יא וועמען, זאב גאלדשטיין בעט 500$,
הילף ביטע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:07 pm
דורך פליגל
500 פער טיקעט אדער פאר די גאנצע דזשאב?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:21 pm
דורך ענוותן
פאר די גאנצע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:09 pm
דורך אַבּערוואַס
די פרייז איז נישט טייער לפי ערך, און אויב גאראנטירט ער עטליעסט אפצוווישן די פוינטס איז עס ווערט, והמקום ימלא חסרונך.

ס'זענען דא נאך עטליכע לויערס/שוויצערס וואס טוען דאס צפעציפיש אין יענע געגנט, כ'גלויב אז די מאנראו'ער אידן וועלן וויסן בעסער.

אגב, איז דאס געווען א סטעיט טרופער, אדער א וואודבערי/הערימען קאפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 pm
דורך ענוותן
קלאר נישט גארנטיט אפציווישען די פוינטס.

איך בין נאך אן איני יודע אין דעם גאנצע סוגיא. כשעמיך צו פרעגן פון וואו ווייס איך אויב סאיז געווען א טרופער אדער א וואודבערי קאפ. וגם למאי נ"מ

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:37 am
דורך מחותן
שמעתי אז בדרך כלל איז אין אפסטעיט נישט רעקאמענדירט צו נעמן א לויער.. וויבאלד מען קען באקימען די זעלבע דיל אן א לויער ווי מיט א לויער..

און אפילו אויב עס מאכט זיך אז א לויער נעמט אראפ איינס אדער צוויי פוינטס מער.. איז די צוויי פוינטס נאך אלץ נישט ווערט קיין 500 דאלער...

אפווישען אינגאנצן איז שוין אויך זייער שווער וויבאלד עס איז דא א פראסקיוטער און די פאליס קימט מער נישט אראפ,
אויב טרעפסטע איינעם וואס קען דיר מאכען אלעס פאר פארקיניג טיקעטס וואלט עס אפשר ווערט געווען, אבער דאכט זיך מיר אז זאב ארבייט נישט אויף די וועג.

----
כ״ז כתבתי בדרך אפשר להערה בעלמא ממה ששמעתי, פרעג זיך גוט נאך אין קר״י ווי אזוי די מנהג המקום איז, בעיקר ווער נישט עמושענאל און צאל נישט די הויזן פאר א לויער, פוינטס איז נישט עק וועלט טייל מאל צאלן מענטשן טריפעלט פאר׳ן לויער פון וופיל די פוינטס וואלט געקאסט..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:59 am
דורך נישט געדאגה'ט
כ'האב באקומען א ספידינג טיקעט אויפן וועג קיין מאנטריאל און Gansevoort NY,
האט איינער עני אינפא/עקספעריענס מיט א לויער און די געגענט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:11 am
דורך בערקא
יאפס דאס מאל האט עס פאסירט!

די וואך בין איך ליידער אנגעשטעקט געווארן פון די פארשפרייטנדע שרעקליכע סיטי טיקעטס,

1-נאו פארקינג סטריט קליענינג
2-עקספייערט אינספעקשאן

וואס זענען די א-ב סטעפס איידער איך באצאהל מיין דאנעישאן אויפצוהאלטן אונזער שטעטעלע נ.י.?

איז שייך איינס פון די פאלגענדע?
בעטן DEPOSITION
פייטן אנליין
אריינשיקן אז כאשוין געמאכט די אינספעקשאן
אראפ האנדלען די פרייז
????

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:07 pm
דורך שנאפס
א חבר מיינער האט געפארקט היינט צופרי אויף וואלעבאוט, נעבן סאנרייז פאטא אבער אויף די פלאץ וואו מען מעג פארקן ביז סטריט קלינינג, אבער ער האט באקומען א טיקעט כאילוי ער איז געשטאנען ביים נאו סטענדינג זאון, און דער פאליציי מאן האט אריינגעשריבן אויפן טיקעט Opposite of 115 Wallabout St און דער נאו סטענדינג איז טאקע אויך אנטקעגן איבער פון 115 וואלעבאוט

האט איינער שוין געהאט דאס אמאל? איז שייך עס צו פייטן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:31 pm
דורך קיקיון
שנאפס האט געשריבן:א חבר מיינער האט געפארקט היינט צופרי אויף וואלעבאוט, נעבן סאנרייז פאטא אבער אויף די פלאץ וואו מען מעג פארקן ביז סטריט קלינינג, אבער ער האט באקומען א טיקעט כאילוי ער איז געשטאנען ביים נאו סטענדינג זאון, און דער פאליציי מאן האט אריינגעשריבן אויפן טיקעט Opposite of 115 Wallabout St און דער נאו סטענדינג איז טאקע אויך אנטקעגן איבער פון 115 וואלעבאוט

האט איינער שוין געהאט דאס אמאל? איז שייך עס צו פייטן?

ער האט מיט וואס אויפווייזען אז ער איז ניט געווען Opposite of 115 Wallabout St
אויב אימיצער איז דארט געווען בשעת מעשה קען ער פריווען אריינגעבן א NOTARIZED STATEMENT פון דעם עדות

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:24 pm
דורך שנאפס
ער איז דאך יא געווען קעגן איבער 115 וואלעבאוט, אבער דארט איז א חלק גאס נאו סטענדינג, און א חלק רעגולער סטריט קלינינג

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:53 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ענוותן האט געשריבן:חשוב'ע אייוועלט איינוואוינער
יא! כהאב באקומען א טיקעט
ניין נישט איינס נישט צוויי נישט דריי נישט פיר, נאר! פינף
איינס: failed to yield the right of way
צוויי, דריי, פיר, seat belt
פינף, cracked windshield
טאטעל 13 פוינט'ס
גאנץ גוט! הא?

וואו? אין ק"י אויפ'ן 32 אריינצופארן אין די טראווועי. די קארט איז אין וואודבערי

כ'האב א גענצליך קלין רעקארט. כ'האב קיין אנונג נישט וויאזוי א קארט קוקט אויס. (גלייבסט נישט?).
איך בין דורך מער ווייניגער אלע בלעטער דא, אבער נאך אלץ בין איך פארלוירן, אפלייען גילטי איז קיין אפשען נישט ווייל דעמאלטס האב מער נישט קיין לייסענ'ס, זאל איך נעמען א לויער? אויב יא וועמען, זאב גאלדשטיין בעט 500$,
הילף ביטע

כ'שפיר עכט דיין ווייטאג
עס מאכט סענס אז עס איז א וואודבוירי קאַפּ, ווארום זיי זענען מוחזק צו טיילן טיקעטס אין גרויסן כדי להגדיל ה'פארדינסטן. אבער עס קען פונקט אזוי זיין א סטעיט טרופער, זיי זענען אויך גרויסע צדיקים. ווי פארשטענדליך דאס באזאלצן א מענטש מיט אכציג טויזענט טיקעטס וואס גייען אים אפקאסטן די הויזן און רואינירן איז ווי פארשטענדליך א ריכטיגער יושר'דיגער זאך, און דאס גייט אריין אין כלל פון דינען אלס שלום אפיציר און צו באשיצן און סערווירן די באפעלקערונג. נישטא ווער זאל לאכן.
עס איז א רשעות עד לב השמים, ווי פארשטענדליך וועט איר דאס נישט הערן פון די קאנסערוואטיווע געצנדינער הענעטי וחבירו.
איר פארשטייט, נאך אזעלכע באהאנדלונגען, באקומט מען א שטארקע הערצה צום פאליסמאן, און מען פארשטייט אז עס קומט זיך צו שיסן שווארצע אומבאוואפנטע יונגען, אדער דערשטיקן מענטשן ביים ארעסטירן.
דאס איז וואס איך זאג, עס איז גרינג חוזק צו מאכן פון די שווארצע און בארעכטיגן אלע מעשים רציחות פון די אינעם בלויען אנצוג, ביז מען שפירט דאס אויפ'ן אייגענעם הויט.
ווען נישט וואס איך בין א איד און איך דארף מתפלל זיין בשלומה של מלכות און נישט מורד זיין באומות וואלט איך נאכמער געשריבן אויף די שקצים, אבער היות איך בין א איד בין איך שטיל. אבער דער באשעפער וועט נקמה נעמען אין יעדן איינעם פון די רשעות'דיגע פאליסלייט. תבא כל רעתם לפניך, א-ל נקמות השם

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:28 pm
דורך אַבּערוואַס
ענוותן האט געשריבן:חשוב'ע אייוועלט איינוואוינער
יא! כהאב באקומען א טיקעט
ניין נישט איינס נישט צוויי נישט דריי נישט פיר, נאר! פינף
איינס: failed to yield the right of way
צוויי, דריי, פיר, seat belt
פינף, cracked windshield
טאטעל 13 פוינט'ס
גאנץ גוט! הא?

וואו? אין ק"י אויפ'ן 32 אריינצופארן אין די טראווועי. די קארט איז אין וואודבערי

כ'האב א גענצליך קלין רעקארט. כ'האב קיין אנונג נישט וויאזוי א קארט קוקט אויס. (גלייבסט נישט?).
איך בין דורך מער ווייניגער אלע בלעטער דא, אבער נאך אלץ בין איך פארלוירן, אפלייען גילטי איז קיין אפשען נישט ווייל דעמאלטס האב מער נישט קיין לייסענ'ס, זאל איך נעמען א לויער? אויב יא וועמען, זאב גאלדשטיין בעט 500$,
הילף ביטע


אַבּערוואַס האט געשריבן:די פרייז איז נישט טייער לפי ערך, און אויב גאראנטירט ער עטליעסט אפצוווישן די פוינטס איז עס ווערט, והמקום ימלא חסרונך.

ס'זענען דא נאך עטליכע לויערס/שוויצערס וואס טוען דאס צפעציפיש אין יענע געגנט, כ'גלויב אז די מאנראו'ער אידן וועלן וויסן בעסער.

אגב, איז דאס געווען א סטעיט טרופער, אדער א וואודבערי/הערימען קאפ?


ענוותן האט געשריבן:קלאר נישט גארנטיט אפציווישען די פוינטס.

דענסמאל פראביר א צווייטן (כ'קען דיר אפשר געבן אן אדרעס, פרעג אין אישי).

ענוותן האט געשריבן:איך בין נאך אן איני יודע אין דעם גאנצע סוגיא. כשעמיך צו פרעגן פון וואו ווייס איך אויב סאיז געווען א טרופער אדער א וואודבערי קאפ. וגם למאי נ"מ

מ'קען דאס לכאורה וויסן פינעם טיקעט אליינס.

ס'גוט צו וויסן, אמאל קען איינער זיין בעסער צפעציפיש אויף איין אגענטור.

אזוי אויך, אויב דער אפיציר האט דיר געגעבן סופארטינג דעפאזישן (הסבר/מקור אויף די געזעץ/סיטואציע פינעם וויאלעישאן) צוזאמען מיט'ן טיקעט, (די סטעיט טרופערס געבן דאס געווענליך מיט), האסטו מער נישט די אפציע פין בעטן א ס"ד (וואס דעמאלטס קענסטו האפן אז ער וועט נישט ענטפערן, די טיקעט וועט ווערן דיסמיסד ביי דיפאולט).

מחותן האט געשריבן:שמעתי אז בדרך כלל איז אין אפסטעיט נישט רעקאמענדירט צו נעמן א לויער.. וויבאלד מען קען באקימען די זעלבע דיל אן א לויער ווי מיט א לויער..

נישט ריכטיג, זיכער נישט אלס כלל, מ'דארף וויסן ווי איין אין ווי אויס, בפרט אויב מ'רעדט עטליכע טיקעטס אויפאמאל.

מחותן האט געשריבן:און אפילו אויב עס מאכט זיך אז א לויער נעמט אראפ איינס אדער צוויי פוינטס מער.. איז די צוויי פוינטס נאך אלץ נישט ווערט קיין 500 דאלער...

די סטעיטמענט איז געבויט אויף?? כ'מיין וויפיל איז ווערט א פוינט? אלעס ווענצעך אין די מצב, אמאל וועט דאס אויסמאכן אויף אינשורענס, אמאל אויף סוספענשען אמאל זאגאר ארעסט (אויב מ'שטעלט דיך פאר א מאווינג פארלעצונג), וכו'.

און וואס איז מיט די צייט, געלט, און פיזור הנפש (פארן, קומען, זיצן אין קאורט עטליכע שעה, פעלן פין די ארבעט), מסדר זיין ליגאליטי'ס אויב ס'פעלט זיך אויס, דאס איז נישט קיין חשבון?

מחותן האט געשריבן:אפווישען אינגאנצן איז שוין אויך זייער שווער וויבאלד עס איז דא א פראסקיוטער און די פאליס קימט מער נישט אראפ,

מיינסט לכאורה דיסמיסן.

די גאנצע זאך איז נאר נוגע אויב מ'גייט פאר טרייעל, אין דעמאלטס דארף דער אפיציר יא אראפקומען, און אויב קומט ער נישט אן אדער ער שטאלפערט, וועט עס די קאורט דיסמיסען.

בעיקר פראבירט מען אלעמאל קודם צו מאכן א פליע בארגעין אויב מ'קען, נאר בחוסר ברירה גייט מען פאר טרייעל.

מחותן האט געשריבן:אויב טרעפסטע איינעם וואס קען דיר מאכען אלעס פאר פארקיניג טיקעטס וואלט עס אפשר ווערט געווען, אבער דאכט זיך מיר אז זאב ארבייט נישט אויף די וועג.

דאס הייסט א פליע בארגעין (דו "פליעד'סט" גילטי אויף א שוואכע עבירה, און אויסטויש קריגסטו א "בארגעין" א שוואכערע שטראף אין אונזער פאל, ווייניגער אדער זערא פוינטס).

מחותן האט געשריבן:----
כ״ז כתבתי בדרך אפשר להערה בעלמא ממה ששמעתי, פרעג זיך גוט נאך אין קר״י ווי אזוי די מנהג המקום איז,

נאטינג פערסאנעל, אבער נעקסטיים שרייב לכתחילה אביסל מער בתורת ספק.

מחותן האט געשריבן:בעיקר ווער נישט עמושענאל און צאל נישט די הויזן פאר א לויער, פוינטס איז נישט עק וועלט טייל מאל צאלן מענטשן טריפעלט פאר׳ן לויער פון וופיל די פוינטס וואלט געקאסט..

וואסי פלוצים די פעסטקייט (אויס אפשר...)?!

געווענליך איז דא א נארמאלער מארקעט פרייז, און אויב קאסט דאס מער איז עס פאר א סבה, וע"ע מש"כ ע"ז לעיל.

בערקא האט געשריבן:די וואך בין איך ליידער אנגעשטעקט געווארן פון די פארשפרייטנדע שרעקליכע סיטי טיקעטס..

..איז שייך איינס פון די פאלגענדע?

1) בעטן DEPOSITION?

2) פייטן אנליין?

3) אריינשיקן אז כאשוין געמאכט די אינספעקשאן?

4) אראפ האנדלען די פרייז?

1) נישטא אין די סיטי דער געזעץ פין סופארטינג דעפאזישן.

2) קענסט פראבירן, אבער א שוואכע שאנס אנצוקומען ווייט.

3) מאכט עס נישט למפרע אויס ווייאלעישאן.

4) זע נומער 2.

שנאפס האט געשריבן:א חבר מיינער האט געפארקט היינט צופרי אויף וואלעבאוט, נעבן סאנרייז פאטא אבער אויף די פלאץ וואו מען מעג פארקן ביז סטריט קלינינג, אבער ער האט באקומען א טיקעט כאילוי ער איז געשטאנען ביים נאו סטענדינג זאון, און דער פאליציי מאן האט אריינגעשריבן אויפן טיקעט Opposite of 115 Wallabout St און דער נאו סטענדינג איז טאקע אויך אנטקעגן איבער פון 115 וואלעבאוט

האט איינער שוין געהאט דאס אמאל? איז שייך עס צו פייטן?

א גוטער פארקינג טיקעט עקספערט דארף דאס קענען מסדר זיין.

פאר א רעפערל קום אין אישי.

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:עס מאכט סענס אז עס איז א וואודבוירי קאַפּ, ווארום זיי זענען מוחזק צו טיילן טיקעטס אין גרויסן כדי להגדיל ה'פארדינסטן. אבער עס קען פונקט אזוי זיין א סטעיט טרופער

ביידע זיצן דארטן אין טיילן קוויטלעך לרחצה, "ואין בין פורים ראשון לשני אלא שעבוד מלכיות בלבד" (א מישמאש פין מאמרי חז"ל, אבער ליידער איז דאס בוכשטעבליך אפגעטייטשט די ווייטאגליכע מציאות)...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:05 pm
דורך ממתקים
איך האב א קאורט פאר א סעלפאון דעם חודש אין ברוקלין. איך האב באקומען דעם טיקעט פונקט א יאר צוריק דורך א אָנדערקאווער פאליס, שטייענדיג ביי א רויט לייט.

קען איך אליין אראפגיין זעהן צו דער פאליצאנט איז דארט און אפשטופען?

וואס דארף מען זאגן צו קענען אפשטופען?
קען מען פארהאנדלן?
מוז מען האבן א לויער?

וואס טוט מען אויב דער פאליצאנט קומט נישט אן, מען פליעד נאט גילטי?

ווער איז א גוטער לויער?
בערך ווי סאך קאסט אפ אזא שפיל?

ייש"כ

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 7:42 am
דורך פאר דוקא
ענוותן האט געשריבן:חשוב'ע אייוועלט איינוואוינער
יא! כהאב באקומען א טיקעט
ניין נישט איינס נישט צוויי נישט דריי נישט פיר, נאר! פינף
איינס: failed to yield the right of way
צוויי, דריי, פיר, seat belt
פינף, cracked windshield
טאטעל 13 פוינט'ס
גאנץ גוט! הא?

וואו? אין ק"י אויפ'ן 32 אריינצופארן אין די טראווועי. די קארט איז אין וואודבערי

כ'האב א גענצליך קלין רעקארט. כ'האב קיין אנונג נישט וויאזוי א קארט קוקט אויס. (גלייבסט נישט?).
איך בין דורך מער ווייניגער אלע בלעטער דא, אבער נאך אלץ בין איך פארלוירן, אפלייען גילטי איז קיין אפשען נישט ווייל דעמאלטס האב מער נישט קיין לייסענ'ס, זאל איך נעמען א לויער? אויב יא וועמען, זאב גאלדשטיין בעט 500$,
הילף ביטע

כפי ידיעתי איז סיעטבעלט נישט קיין פוינטס,
און קרעקד ווינדשיעלד איז אויך נישט קיין פוינטס,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 12:55 pm
דורך געלעגער
סיעט בעלטס איז יא פוינטס דאכט זיך.

איך וואלט גענומען א לויער. מיט אזויפיל פוינטס ווען די רעדע איז פון א מעגליכקייט פון גענצליך פארלירן די לייסענס וואלט איך נישט געריסקט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 1:45 pm
דורך קיקיון

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 15, 2014 1:01 am
דורך פאר דוקא
אויב איז מען איבער זעכצען אויך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 15, 2014 12:42 pm
דורך שאהן הענניטי
פונעם לשון איז זיכער משמע אז פוינטס איז נאר אונטער זעכצען, דאס איז מיר א שטארקע נייעס, געמיינט אז סיעט בעלטס איז סטרעיט פוינטס.
די שאלה איז צי דער ציטאט איז קארענט - אפ טו דעיט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 8:18 am
דורך קיקיון
שאהן הענניטי האט געשריבן:פונעם לשון איז זיכער משמע אז פוינטס איז נאר אונטער זעכצען, דאס איז מיר א שטארקע נייעס, געמיינט אז סיעט בעלטס איז סטרעיט פוינטס.
די שאלה איז צי דער ציטאט איז קארענט - אפ טו דעיט

קיקיון האט געשריבן:dmv.ny.gov/more-info/safety-restraints
רעס
דא האסט דעם אדרעס פון די ניו יארק סטעיט סייט קענסט זיך אליין איבערצייגען

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 5:43 pm
דורך פאר דוקא
איך האב בטקומען א סיעטבעלט טיקעט און געפליעט גילטי און נישט באקומען קיין פוינטס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 12:25 pm
דורך abr
קען איינער ביטע לייגן א לינק ווי איך קען זעהן אלע מיינע טיקעטס וואס איז נאך נישט באצאלט ?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 12:37 pm
דורך קיקיון

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 12:56 pm
דורך abr
שכח קיקיון

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 5:06 pm
דורך abr
ווייסט איינער צו מען קען פייטען א camera red light ticket ?
און ווער עס טוט דערין ?