בלאט 34 פון 41
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 28, 2014 11:40 am
דורך קיקיון
תג נוצער האט געשריבן: בעצת ידידינו קיקיון "שיק ארין א DISPUTE ON LINE האסט ניט וואס צי דערלייגען"
האב איך אריין געשיקט מיין גירסא און ג'געבען פאר ר מאיר און בחסדי ה' האב איך
צירוק באקימען די תשובה
The respondent has been charged with violating Traffic Rule 4-08(c)(3) by standing or parking a vehicle, other than an authorized bus
in its assigned bus stop, when any such stop has been officially designated and appropriately posted. Dismissed as defective, not on
the merits as location of offense is not clearly legible
דאס הייסט אז די נעוויירע האב איך עובר געווען און בין אבער פטור ווייל דער אגענט האט פארפאטשקעט דעם טיקעט
-----
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 3:17 am
דורך קאפעלוטש מאכער
צו האט איינער דא עקספעריענס מיטן פייטן א טיקעט אין קאליפארניע? איך בין געווען דארט אויף חופש, און באקומען א ספידינג טיקעט פארן גיין 85 אין א 65 זאון.
די פארשאלטענע ליבעראלן מאנען מיך $350 פאר דעם! אומגלויבליך אבער א פאקט.
למעשה פאר איך אהין צוריק אינעם נאנטן צוקונפט משום סיבות שונות, האב איך באשלאסן צו פרובירן מיין מזל און עס גיין פייטן אין קאורט.
כ'וועל אפשרייבן שוועמל'ס גאנצע רשימה פון בלאט צוויי דא אינעם אשכול, און האפנטליך וועט זיין עפעס א לאך אינעם פאליציאנט'ס עדות'שאפט.
צוריק צום פראגע, האט איינער עפעס עקספיריענס מיט טיקעטס אין יענע פארשאלטענע לינקע סטעיט? און וואס געשעט אויב איך איגנאריר גענצליך דעם טיקעט?
נ.ב. דער פאליציאנט האט נישט געשריבן אינעם טיקעט וויאזוי ער האט מיך געקלאקט, צו מיט ראדאר, לעיזער, פעיסינג וכדו'. איז דאס א גוטער טענה צו זאגן אז כ'האב נישט געקענט צוגרייטן א גוטע defense, ווייל כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי איך ווער באשולדיגט? לוינט זיך ארויפצוברענגען אזא טענה?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 6:56 am
דורך פליגל
איגנארירן איז נישט קיין עצה, זיי קענען דיר נאכקומען מיט דיין היימשטאט'ס מאטאר וויהיקל דעפט. וואס יא? אפילו ביסט נישט זכאי חס מלהזכיר וועסטו נישט האבן קיין פוינטס אויף דיין לייסענס אין די היימשטאט א-חוץ אויב דו האסט CDL וואס דאן קומט'ס יא ארויף אויף דיין לייסענס.
(איך האב קיינע אינפא/עקסיפיריענס דארט).
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 6:58 am
דורך שוועמל
בעט א סופפארטינג דעפאזישאן און לעטס טעיק איט פראם דער.
אויב באקומסטו נישט דאן האסטו שאנסן די טיקעט זאל ווערן דיסמיסד אויב ברענגסטו אויף די טענה אין קאורט. אויב קריגסטו יא דאן איז עס מסתם א ראדאר, קענסטו נוצן די דעפענס אויבן.
הצלחה
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 7:14 am
דורך שוועמל
פריי זיך,
איך פארשטיי אויב פייטסטו דארפסטו פייטן די עכטע ווייאלעשאן נישט דעם טייפא.
למשל אויב האט נישט די דרייוועי א נא פארקינג סיין שיק אריין בילדער וכדו'.
לאז וויסן
lawyer for speeding ticket on local Brooklyn streets
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 9:52 am
דורך Moshe101
...i need a lawyer for a speeding ticket on local Brooklyn street, if you have any good experience please post it here thanks
טיקעט reduction
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 4:44 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך האב באקומען א טיקעט א צייט צוריק אין פלאטסבורג, נאכן אפשטיפן די קאורט דעיט א פאר מאל, האב איך באשלאסן צו אפלייען פאר א טיקעט רידאקשן ביי די clinton county DA, איך האב באקומען 1 פוינט רידאקשן, ד.ה. פון 4 פוינטס צו 3 פוינטס, מיין שאלה איז יעצט, צו ס'איז שייך צו בעטן נאך א רידאקשן אין צוגאב צו דעם, אדער זאל איך בעסער האלטן דאס מויל פארמאכט און זיך פרייען מיט וואס איך האב באקומען?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 8:09 pm
דורך חסיד אמיתי
איך האב באקומען א טיקעט פארען רעדען אויף דיסעלפאן די פארגאנגענע פרייטאג ביי די קרעק דאון
איז דא עפעס צו טיען צו איך וועל מיזען דורך שוויצען די דריי יאר מיט 5(!) פוינטס אויף מיין לייסענס, מען קען פאר געלט אראפ נעמען די פוינס?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 10:23 pm
דורך פאר דוקא
דריי פוינט'ס קענסטו אראפ נעמען מיט די סיקס הוער קלעסס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:17 am
דורך ?אפשרטאקע
יישר כח. וויאזוי פונקטליך ארבעט עס, אלע פוינטס קומען אראפ מיט די קלעס?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:55 am
דורך פאר דוקא
דריי פוינט'ס גייט אראפ נאכן נעמען די קלעסס
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:36 am
דורך ?אפשרטאקע
וואס קאסט אזא קלעס?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:42 am
דורך שאהן הענניטי
געמאכט בייF&Wאין ווילי געבעטן 75 דאללאר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:45 am
דורך ?אפשרטאקע
ביליגער ווי פייטן די טיקעט. יישר כח יעדער איינער פאר אייער הילף
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:51 am
דורך קיקיון
?אפשרטאקע האט געשריבן:וואס קאסט אזא קלעס?
לויט
www.nydefensivedrivingcourse.org/classroom קאסט עס
The cost of the Classroom version of Defensive Driving is between $50 and $65
אויך קען מען עס נעמען ON LINE
www.nydefensivedrivingcourse.org/online
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:58 am
דורך והנה און נון
This course will reduce your point total by up to four points
http://geico.amersc.com/NewYork/NewYork.aspx
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 6:27 pm
דורך מחותן
חסיד אמיתי האט געשריבן:איך האב באקומען א טיקעט פארען רעדען אויף דיסעלפאן די פארגאנגענע פרייטאג ביי די קרעק דאון
איז דא עפעס צו טיען צו איך וועל מיזען דורך שוויצען די דריי יאר מיט 5(!) פוינטס אויף מיין לייסענס, מען קען פאר געלט אראפ נעמען די פוינס?
לויט מיין ריסורטש קען א לויער גארנישט העלפן אין די סיטי, די איינציגסטע עצה איז שלעפן צייט עס זאל אדורוכגיין ווי מער פון די 18 חדשים, דאס קענסטו טיען אליינס און זיך איינשפארען די לויער פי.. און זעלטען אז א לויער זאל באווייזען צו פייטען א טיקעט, זייער איינציג קונץ איז אז 50 % פון די צייט באווייזט זיך נישט די פאליס אפסיער, און די מזל קענסטו אליינס האבן, אחוץ אויב די האסט ערענסטע באווייזען וואס דעמאטס דארפסטו נישט א לויער.
טו אזוי, נעם די שפעסטע קארט אפציע וואס זיי געבן דיר אנליין, דערנאך קענסטע איינמאל טוישען די דעיט און נעם נאכאמאל די שפעסטע דאטום, דערנאך אויב האסטו א העלט פראבלעם קענסטע אריינקאלן און נאכאמאל בעטען א דיחוי, דערנאך האסטו א אפשען פון נישט אנציקמען צום קארט דעיט און גיין א טאג צוויי שפעטער ווי די דאטום {נישט מער ווי א טאג צוויי ווייל די לייסענעס ווערט סוספענדעט} און צאלען $40 בעיל, באקימסט א נייעס דעיט פאר דריי חדשים שפעטער, דיי די נייע דאטום קענסטע אראפ גיין, און אויב דיין אפציער איז אנגעקימען אין קארט זאג אז דיין עדות איז נישט אנגעקימען און בעט א נייע קארט דעיט און די פארליסט נישט דיין בעיל, {אזוי אויך האסטו די אפציע פון פארלירען איינמאל דיין $40 דאלע בעיל, פאר א ערענסטע טיקעט לוינט זיך עס}
יעצט אפילו דו ווערסט דערנאך געפינענן גילטי גייט דיר עס גארנישט אפעקטן ווייל עס איז שוין אדורוך 18 חדשים, די 18 חדשים רעכענט מען פון די טאג וואס די טיקעט איז, נישט די טאג וואס די ווערסט געפינענן שולדיג.
__
באקימען אין אישי אז די עצה העלפט נאר לגבי די DMV אגער נישט לגבי אינשורנוס, ביטע זיך נאכפרעגן איידער מען טוט עפעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:37 pm
דורך פיטום
אויף קול מבשר איז דא גוטע אינטערוויאוס דערוועגן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 11:08 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 2:25 am
דורך verveist
מחותן האט געשריבן:חסיד אמיתי האט געשריבן:איך האב באקומען א טיקעט פארען רעדען אויף דיסעלפאן די פארגאנגענע פרייטאג ביי די קרעק דאון
איז דא עפעס צו טיען צו איך וועל מיזען דורך שוויצען די דריי יאר מיט 5(!) פוינטס אויף מיין לייסענס, מען קען פאר געלט אראפ נעמען די פוינס?
לויט מיין ריסורטש קען א לויער גארנישט העלפן אין די סיטי, די איינציגסטע עצה איז שלעפן צייט עס זאל אדורוכגיין ווי מער פון די 18 חדשים, דאס קענסטו טיען אליינס און זיך איינשפארען די לויער פי.. און זעלטען אז א לויער זאל באווייזען צו פייטען א טיקעט, זייער איינציג קונץ איז אז 50 % פון די צייט באווייזט זיך נישט די פאליס אפסיער, און די מזל קענסטו אליינס האבן, אחוץ אויב די האסט ערענסטע באווייזען וואס דעמאטס דארפסטו נישט א לויער.
טו אזוי, נעם די שפעסטע קארט אפציע וואס זיי געבן דיר אנליין, דערנאך קענסטע איינמאל טוישען די דעיט און נעם נאכאמאל די שפעסטע דאטום, דערנאך אויב האסטו א העלט פראבלעם קענסטע אריינקאלן און נאכאמאל בעטען א דיחוי, דערנאך האסטו א אפשען פון נישט אנציקמען צום קארט דעיט און גיין א טאג צוויי שפעטער ווי די דאטום {נישט מער ווי א טאג צוויי ווייל די לייסענעס ווערט סוספענדעט} און צאלען $40 בעיל, באקימסט א נייעס דעיט פאר דריי חדשים שפעטער, דיי די נייע דאטום קענסטע אראפ גיין, און אויב דיין אפציער איז אנגעקימען אין קארט זאג אז דיין עדות איז נישט אנגעקימען און בעט א נייע קארט דעיט און די פארליסט נישט דיין בעיל, {אזוי אויך האסטו די אפציע פון פארלירען איינמאל דיין $40 דאלע בעיל, פאר א ערענסטע טיקעט לוינט זיך עס}
יעצט אפילו דו ווערסט דערנאך געפינענן גילטי גייט דיר עס גארנישט אפעקטן ווייל עס איז שוין אדורוך 18 חדשים, די 18 חדשים רעכענט מען פון די טאג וואס די טיקעט איז, נישט די טאג וואס די ווערסט געפינענן שולדיג.
__
באקימען אין אישי אז די עצה העלפט נאר לגבי די DMV אגער נישט לגבי אינשורנוס, ביטע זיך נאכפרעגן איידער מען טוט עפעס.
לויט װי איך געדענק הייבט זיך יא אן די 18 חדשים נאך די קאנװיקשען.
אין יעדענפאלס איז מיין ערפארונג געװען פינקט פאַרקערט אין אפסטעיט באקימט יעדער די זעלבע אנבאט סיי אן אדװאקאט און סיי דער מענטש אליין, משא״כ אין שטאט קענען די אדװקאטען גיט די ריכטער אין די סיסטעים און זיי ניצען עס גוט אויס אויף א גיטען אופן ודי בזה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 9:00 am
דורך שוועמל
לגבי פוינט רעדוקשען,
איז דען א נפ"מ פאר אינשורענס ראטעס פון 5 ביז 2 פוינטס? בכלל מיט וויפיל גייט עס ארויף פער פאוינט?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 8:21 pm
דורך שאהן הענניטי
א פאליס האט מיר געסטאפט, און זאגט אז כ'האב גערעדט אויפן פאון. זאג איך אים אז כ'האב דאך נישט, זאגט ער דעטס פיין, איך זאל פליען נאט גילטי, און גיין אין קארט.
מיין שאלה איז, ווי אזוי פונקטליך גיי איך זיי מסביר זיין אז כ'האב באמת נישט גירעדט אויפן פאון? אויב איז דער אפיציר באגלייבט אין וואס אימער ער זאגט איז דען דא עפעס א וועג ארויס?
איך האב שוין לאנג א חקירה ווי אזוי דעיס ארבעט, פארוואס איבעראל איז אינעסענט אנטיל פראווען גילטי, און דא פארלאנגט זיך נישט קיין שום באווייז פונעם אנקלעגער. בסך הכל זאגט ער כ'האב געספידט, און איך זאג אז נישט, וואס איז זיין פאזיציע שטארקער ווי מיינס?
ווער ס'קען מיר גיידען אין מיין פערזענליכן פאל וועל איך שטארק באדאנקען
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 9:32 pm
דורך געלעגער
טיקעט וואו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:05 am
דורך שאהן הענניטי
סטעיט פאליס ראוד, א וואדבערי קאפ
אפגעשטעלט פארן פארן אויף בייק לעין. באקומען א טיקעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:53 pm
דורך abr
רבותי איך בין געפארן אויפן בייקלעין אויף העריסן צווישען וואלעבאוט און גערי צו מאכען א לינקס אויף גערי
און מען האט מיך אפגעשטעלט אויף גערי און באקומען א געלע טוקעט . סשטייט אז און 15 טעג דארף מען
אראפקומען און קוארט . סאיז שוין יעצט 25 טעג . געהערט האב איך אז סאיז דא 2 אדער 3 פאוינטס פאר דעם ץ
זיי מוחל ווער עס קעו ארויסהעלפען די בעסטע און די ביליגסטע און גרינגסטע וואס און ווען מען זאל און מען דארף טון
יישר כוח למפרע