בלאט 33 פון 41

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 04, 2013 6:04 pm
דורך שנאפס
וואסידאס א סופארטינג דיפאזישן?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 04, 2013 8:46 pm
דורך Silent
א געשריבענע סטעיטמענט פונעם פאליס איבער די פארלעצונג און די ראיות דערויף,
ווען מען פליט נאט גילטי איז דא אן אפשען עס צו פארלאנגען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:07 am
דורך משיח
באקומען א פארקינג טיקעט אין קאנאדע.
וואס ברויך איך טון?
איך פאר אפט אהין, איך וויל נישט זיי זאלן מיר מאכן א פראבלעם.
מוז איך טאקע באצאלן?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 11:49 am
דורך קיקיון
If I get a ticket for a moving violation in another state, do I receive points on my NYS driver license?
The NYSDMV does not record out-of-state violations committed by NYS drivers in other jurisdictions. The exceptions are alcohol-related violations, drug-related violations, and moving violations committed in Quebec or Ontario. Under special agreements, traffic convictions in Quebec or Ontario are recorded on NYS driver license records and carry points. Except for violations in Ontario and Quebec, points are not added to your NYS record for out-of-state violations.
http://www.dmv.ny.gov/tickets.htm

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 3:21 pm
דורך שנאפס
ער פרעגט וועגן פארקינג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 6:19 pm
דורך היימישער איד
משיח האט געשריבן:באקומען א פארקינג טיקעט אין קאנאדע.
וואס ברויך איך טון?
איך פאר אפט אהין, איך וויל נישט זיי זאלן מיר מאכן א פראבלעם.
מוז איך טאקע באצאלן?

זעהט דא פאר אינפארמאציע בנושא וואס מ'האמיר געשריבן א צייט צוריק בעז"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 01, 2013 11:07 am
דורך maybeeynot
א קרוב מיינער האט באקומען א סעלפאן טיקעט אין ברוקלין ער וויל וויסן צו ער זאל נעמען א לויער אויב יא וועלכע לויער איז גוט
עני אינפ. פליז

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:27 pm
דורך והנה און נון
קען דאס איינער קלארשטעלן. די לעגענדע איז אז נאך 18 חדשים ריינע גייען אראפ אלע פוינטס. זאגט מיר איינער אז די 18 חדשים הויבן זיך אן פונעם טאג וואס האסט באקומען דעם טיקעט נישט פון ווען האסט זיך דערקלערט שולדיג. לפי זה אויב איינער שטיפט אליינס אפ זיין קאורט טאג ביז 18 חדשים און דאן דערקלערט ער זיך שולדיג איז נישט דא קיין פוינטס! קען דאס איינער באשטעטיגן?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 10:40 am
דורך maybeeynot
נישט מסתבר. איך מיין אז אין איינע פון די פריעדיגע בלעטער דא האט איינער געשריבן אז עס הייבט זיך אן פון נאכ'ן קאורט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 22, 2013 11:21 pm
דורך car seat
I got a ticket on the prospect expressway 38 over, does anybody have experience with such a case or who's a good Lewar for speeding in Brooklyn? Please advise. Thank tou

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 03, 2014 10:12 am
דורך תג נוצער
באקומען א פארקינג טיקעט אין ב"פ, פארן פארקן ביי א באס סטאפ, בין איך טאקע אזוי צודרייט צו פארקן ביי א באס סטאפ? נע, ס'איז דא א נאו פארקינג סיין אינמיטן די גאס פאר געוויסע צייטן אין וואך, איך האב געפארקט ממש נאך יענע סיין אין א טאג וואס מען מעג דארט פארקן, נאר ווי באלד ס'איז דא א באס סטאפ סיין ביי די עק פון גאס, מיינט דאס אז פון די נאו פארקינג סיין ביזן באס סטאפ סיין איז א באס סטאפ, א חידוש פון א זאך וואס איך בין געוואר געווארן, דאס איז א פלאץ ווי עס פיטן אריין לכה"פ 4 קארס (אפגערעדט פון דעם אז איך האב געפארקט אונטער 3 אנדערע קארס נישט פון ברוקלין, שטייצעך אלע האבן זיי געהאט קוויטלעך)
איז דא עפעס א עצה וואס איך קען טון עס צו פייטן? צו זאל איך אפווישן די נאז און פארטיג

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 05, 2014 5:17 pm
דורך Gevald Geshrigen
מיין ברודער האט געהאט ענליכס אין וומ״ס נעבן קלעמענטי אויף דיוויזשאן וואס מען קען ניטאמאל זען דעם באס סטאפ סיין און דער יר״ה האט גע׳פסק׳נט שולדיג

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 05, 2014 5:46 pm
דורך geek
Parking Expert 718-384-5052

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 10:39 am
דורך משיח
תג נוצער,
ווי איז דאס געווען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 9:46 pm
דורך א נייע מעשה
רעדן-אויף-א-סעל-פאון טיקעט אין ניו יארק סיטי.
קום איך בעסער אויס מיט פליען "נאט גילטי"?
קען איך האפן אויף א פליע בארגען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:19 pm
דורך פליגל
א נייע מעשה האט געשריבן:רעדן-אויף-א-סעל-פאון טיקעט אין ניו יארק סיטי.
קום איך בעסער אויס מיט פליען "נאט גילטי"?
קען איך האפן אויף א פליע בארגען?

נישטא אזא זאך ווי פפליע בארגעיןס אין די סיטי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:42 pm
דורך שוועמל
היימישער איד האט געשריבן:
בלעקבערי פען האט געשריבן:ווייסט איינעאר אויב מען דארף באצאלען א פארקינג טיקעט וואס איך האב באקימען און מאנטריאל
אויב איך צאל נישט וואס זענען די קאנצעקוועצען??

כ'האב שוין באקומען דארט א טיקעט, האביך געפליט-נאן-גילטי אן-ליין. כ'ווארט נאך ביז היינט (2 יאר צו מער) זיי זאלן מיר שיקן די ריזאלטאטן...

וואס איז א גוטע נאט גילטי פלי פאר די בייטאג פארקינג דארט?
(ביי גוט מיין איך, זיי זאלן נישט ענטפערן פאר צוואנציג יאר.. דערווייל פארדין איך אינפלאציע אויף די 53 דולר)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:48 pm
דורך שוועמל
car seat האט געשריבן:I got a ticket on the prospect expressway 38 over, does anybody have experience with such a case or who's a good Lewar for speeding in Brooklyn? Please advise. Thank tou

אוטש 38 אווער!
איך האב אמאל געקריגן דארט 15 אווער און געטראפן א טעות, אנשטאט לעקסוס איז געשטאנען אודי.
נאט גילטי

פאר 38 אווער, אויב טרעפסטו נישט קיין טעות נעם א לויער ווי שנעלער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:31 pm
דורך היימישער איד
שוועמל דרייווט א לעקסוס?! דעסט נייס...

וועגן די טיקעט קענסטו אריינשיקן סיי וואס פאר א תירוץ און שטעל דיך ווארטן אויף א ריפליי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 12:14 pm
דורך תג נוצער
תג נוצער האט געשריבן:באקומען א פארקינג טיקעט אין ב"פ, פארן פארקן ביי א באס סטאפ, בין איך טאקע אזוי צודרייט צו פארקן ביי א באס סטאפ? נע, ס'איז דא א נאו פארקינג סיין אינמיטן די גאס פאר געוויסע צייטן אין וואך, איך האב געפארקט ממש נאך יענע סיין אין א טאג וואס מען מעג דארט פארקן, נאר ווי באלד ס'איז דא א באס סטאפ סיין ביי די עק פון גאס, מיינט דאס אז פון די נאו פארקינג סיין ביזן באס סטאפ סיין איז א באס סטאפ, א חידוש פון א זאך וואס איך בין געוואר געווארן, דאס איז א פלאץ ווי עס פיטן אריין לכה"פ 4 קארס (אפגערעדט פון דעם אז איך האב געפארקט אונטער 3 אנדערע קארס נישט פון ברוקלין, שטייצעך אלע האבן זיי געהאט קוויטלעך)
איז דא עפעס א עצה וואס איך קען טון עס צו פייטן? צו זאל איך אפווישן די נאז און פארטיג

בעצת ידידינו קיקיון "שיק ארין א DISPUTE ON LINE האסט ניט וואס צי דערלייגען"
האב איך אריין געשיקט מיין גירסא און ג'געבען פאר ר מאיר און בחסדי ה' האב איך
צירוק באקימען די תשובה
The respondent has been charged with violating Traffic Rule 4-08(c)(3) by standing or parking a vehicle, other than an authorized bus
in its assigned bus stop, when any such stop has been officially designated and appropriately posted. Dismissed as defective, not on
the merits as location of offense is not clearly legible
דאס הייסט אז די נעוויירע האב איך עובר געווען און בין אבער פטור ווייל דער אגענט האט פארפאטשקעט דעם טיקעט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 8:54 pm
דורך מחותן
maybeeynot האט געשריבן:נישט מסתבר. איך מיין אז אין איינע פון די פריעדיגע בלעטער דא האט איינער געשריבן אז עס הייבט זיך אן פון נאכ'ן קאורט


עס הייבט זיך אן פון ווען מען האט באקימען די טיקעט, אויב קען מען אליינס אפשטיפען מה טוב ומה נעים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 27, 2014 2:17 pm
דורך פריי זיך
עטליכע וואכן צוריק האב איך באקומען א געשריבענעם טיקעט פאר'ן בלאקן א דרייוו-וועי, איך פלעג אסאך פארקן דארט ווייל סבאמת נישט א דרייוו וועי וואס מ'נוצט, ס'איז א סטארעדזש פלאץ. אויפ'ן טיקעט שטייט 95 דאלער. יעצט קוק איך אנליין אויף זייער סייט שטייט דארט אז דער טיקעט איז גאר פאר פייער היידרענט און ס'איז 115 דאלער. ס'איז דער זעלבער טיקעט קלאר דעם זעלבן דאטום אדרעס און צייט. ס'נישטא קיין פייער היידרענט דארט.

וואס פשט, וואס טוט מען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 27, 2014 2:39 pm
דורך maybeeynot
מאך א פיקטשער מ'זאל זען די פראפרטי אין די אדרעס אפשר גוגל מעפס קען דיך העלפן

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 28, 2014 11:10 am
דורך קיקיון
maybeeynot האט געשריבן:מאך א פיקטשער מ'זאל זען די פראפרטי אין די אדרעס אפשר גוגל מעפס קען דיך העלפן

אויב די ניצט GOOGLE MAPS נעם א SCREEN SHOT וואס וועט אויך ווייזען די אדרעס

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 28, 2014 11:19 am
דורך פריי זיך
אבער דער טעות דא איז נישט אויפן עצם טיקעט, אויפן טיקעט שייט יא אז ס'איז פאר א דרייוו וועי און דער טיקעט שרייבער האט אפילו צוגעלייגט אין א באקסעלע CODE 98, זיי האבן אויך דעם טיקעט דארט אנליין. דער טעות איז נאר אויפן וועבסייט, יענער האט זיך טועה געווען און עס געמאכט פאר א פאמפ טיקעט.

ticket.JPG
ticket.JPG (11.07 KiB) געזעהן געווארן 406 מאל


און ווען איך קליק אויפן באקסעלע צו זען א קאפי פונעם טיקעט קומט ארויף דער טיקעט אנעם טעות

ticket1.JPG