Advertisement

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ספטמבר 02, 2013 11:49 am

בנוגע וויאזוי מען קען איבערצייגן אז מען איז געווען ערלויבט צו פארקן:

איך האב אמאל אריינגעשיקט א געשריבענע בריוו, מיט א לינק צו גוגל סטריט וויו וואס זאמט אריין אין די סיין אז מען מעג דארט פארקן. וליתר שאת צוגעלייגט נאך לינקס וואס זומען אריין אין איין סיין פארדעם און איינס נאכדעם.

כדי עס זאל זיי זיין גרינג אריינצוגיין אינעם לינק (מען קען דאך נישט קליקען אויף פאפיר) האב איך עמבעדעד די לינק אין א קאסטום tinyurl לינק.

ונושעתי.

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 02, 2013 12:08 pm

גרויזאמער האט געשריבן:...(מען קען דאך נישט קליקען אויף פאפיר).. ו

איך האב שוין עטליכע מאל ג'בעטען א HEARING ON LINE nycserv.nyc.gov/NYCServWeb/NYCSERVMain
און מיטגעשיקט פיקטשורס
nyc.PNG

מאנטאג ספטמבר 02, 2013 12:18 pm

גרויזאמער האט געשריבן: .. כדי עס זאל זיי זיין גרינג אריינצוגיין אינעם לינק (מען קען דאך נישט קליקען אויף פאפיר) האב איך עמבעדעד די לינק אין א קאסטום tinyurl לינק.
ונושעתי.

גאר אינטערסאנט ווען איך בין דער HEARING OFFICER גיי איך ניט צי א tinyurl ווי עס שעקט אן אומבעקאנטער

מאנטאג ספטמבר 30, 2013 5:16 pm

באקומען א טיקעט אין ניו דזערסי פאר "careless driving" (נישט רעקלעסס),
א כפרה אויף די $85, אבער קען דאס באיזה אופן עפעקטירן מיין לייסענס?

דינסטאג אוקטובר 01, 2013 2:07 pm

לויט מיין עקספיריענס שאדט עס נישט, אחוץ פאר די וואס האבן CDL

קינדער סיטבעלט טיקעטס NYC

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:21 pm

איך האב בעווה"ר באקומען א טיקעט פאר 2 קינדער אונטער 15 אן סיט בעלט
דערווייל געפליעד נישט-גילטי

וואס זענען די בעסטע אפשענס?
באצאלן? גיין אליין אין קוארט? נעמען א לויער, וועמען?

ביטע העלפט מיר ארויס, א דאנק

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:38 pm

עניות דעתי, נעמט א לויער.

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:30 pm

וועמען רעקאמאנדירט ר'עולם

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:31 pm

יונה ווייסמאן.

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:33 pm

משזר האט געשריבן:יונה ווייסמאן.

געהערט פון אסאך חבירים אז זיי זענען געווען זייער העפי מיט איהם.

דינסטאג אוקטובר 08, 2013 5:02 pm

+ ער אדווערטייזד דא פון צייט צו צייט

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 5:49 pm

וואס דארף דאס קאסטן?

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 5:56 pm

איך זוך אויך א גוטער לויער אין די סיטי, ווער איז גוט אין די סיטי?

דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:44 pm

שלו' עליכם. איך האב באקומען א טיקעט פארן האלטן א טעלעפאן אין האנט ביים דרייוון. איינער זאגט מיר אז טעקסטן ביים דרייוון איז ארויף צו 5 פוינטס, אבער אויפן טיקעט שטייט נישט אז כ'האב געטעקסט ס'שטייט סתם "פארטעבעל דעווייס סעלפאון", איז דאס אויך 5 פוינטס? און ס'איז שוין דורך כמעט 2 וואכן און איך קען נישט טרעפן מיין טיקעט אויף די די עם ווי וועבסייט און אויפן טיקעט שטייט אז מ'מוז זיך אנרופן אין 15 טעג פון באקומען דעם טיקעט. א דאנק פון פארויס ווער ס'קען ענטפערן.

זונטאג אוקטובר 13, 2013 9:11 am

עס קען נעמען פיל צייט עס זאל ארויף קומען, עס איז דא אן אפציע אויפצוסיינען צו באקומען אן אלערט ווען די טיקעט ווערט אריינגעלייגט, ווי לאנג עס איז נישט אין די סיסטעם איז נישטא וואס צו זיין באזארגט.

זונטאג אוקטובר 13, 2013 1:43 pm

שעקויך. אויב קען עס נעמען א לאנגע צייט איז איטערעסאנט וואס זיי שרייבן אז מ'מוז זיך וויסענדיג מאכן פונעם טיקעט אין 2 וואכן

זונטאג אוקטובר 13, 2013 11:26 pm

א קראנקער סיסטעם

דינסטאג אוקטובר 15, 2013 5:23 pm

אזוי ווי איך האב זוכה געווען צו א ספידינג טיקעט אויפן סעווענטון אין איך פלאן אראפצוגיין פארן פריטרייעל אליינס וואלט איך געוואלט מיטטיילען א קלייניגקייט ובוודאי אויב איינער האט עקספיריענס דערמיט (מיין פלאן איז אז אויב דארף איך גיין אויף טרייעל נעם איך א לויער בעז״ה).
א געווענליכער ספידינג טיקעט שטטייט די געזעץ וואס מען האט ווייאלעיטעד VTL 1180 (a) or VTL 1180(b) or VTL 1180 (d) 1180A, 1180B. האט די סטעיט צוגעלייגט נאך א סעקשן אף לאו VTL 1180-B . אזוי ווי אויף געוועליכע טיקעטס איז נישט דא קיין ספעיס אדער דער האלבער רינגעל ( ) דארף עס זיין א דעפעקטיוו סייטעישן. אויב עמיצער האט עקספיריענס מיט ענליכעס וואלט עס מיר געווען בייהילפיג

מיטוואך אוקטובר 30, 2013 10:52 pm

איז איינער באקאנט די מנהגים פון town of monroe איבער א ספידינג 48 ביי 30 מ.פ.ה. מיט א clean record איז בעסער צו נעמען א לאיער ביים ערשטן פארהאנדלען (מען ברויך ביי ווי אזוי פערזעליך זיך בייטייליגען) אדער מען קען דאס אחיין פארהאנדלען פאר א פארקינג טיקעיט

דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 8:19 am

איך האב אויבן אנגעפרעגט,
משיח האט געשריבן:באקומען א טיקעט אין ניו דזערסי פאר "careless driving" (נישט רעקלעסס),
א כפרה אויף די $85, אבער קען דאס באיזה אופן עפעקטירן מיין לייסענס?
האט מען געזאגט אז ס'איז נישטא וואס צו זארגן,
למעשה האלט איך אין איין באקומען בריווען פון אדוועקאטן אין ניו דזערסי אז זיי קענען מיר העלפן מיט'ן משפט *,
און זיי שרייבן במתק לשונם "זאלסט נישט מיינען אז פליען גילטי וועט נישט שאטן ווייל ס'איז א אנדערע סטעיט, נאר די פונקטן קען ווערן אריבער געפירט צום אייגענעם סטעיט, וכו' וכו בלא בלא בלא",
וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי, אדער איך קען פשוט באצאלן די $95 און פטור אן עסק.

* אגב, דאס איז די סיסטעם אין ניו דערסי, זיי געבן ארויס א רשימה פון אלע טיקעטס פון די אדוועקאטן, אין די אדוועקאטן שיקן בריוון צו די באטרעפענדע אז זיי קענען דיר העלפן,
איך האב שוין אמאל געהאט אזוי ווען איך בין געווען א פאסענדזיר אין א ווען וועלכע איז געווען פארמישט אין א קליינע פיצי עקסידענט, האב איך באקומען בריוון אין די צענדליגע פון אדוועקאטן וועלכע האבן אנגעבאטן מיר צו העלפן קלעימען אינשורנסץ

דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 5:43 pm

זענמער פארגאנגענעם וואך זיך געגאנגען מיטן ירום הודו פון ווארטסבארא (אדער גאר ווערצבערגער ?) און נאך הסכמה פונעם פראסיקיושן האט יר״ה גע׳פסק׳נט אז א נעכטיגער טאג איך האב קיינמאל נישט געספיד איך האב גאר געפארקט אויף א פעיוומענט און פטור איך דארף בלויז צאלן פאר א פארקינג טיקעט. מיר האבן כמעט געהאט מנין און דער שופט האט איינגעחזר׳ט 175.00 מינימום פאר יעדן איינעם. וואס איך האב יא געזען אז די לויערס אבן באקומען די exact same deal די פראגע איז נאר אויב מען האט די צייט פאר דעם.

דאנערשטאג אוקטובר 31, 2013 11:56 pm

משיח האט געשריבן:איך האב אויבן אנגעפרעגט,
משיח האט געשריבן:באקומען א טיקעט אין ניו דזערסי פאר "careless driving" (נישט רעקלעסס),
א כפרה אויף די $85, אבער קען דאס באיזה אופן עפעקטירן מיין לייסענס?
האט מען געזאגט אז ס'איז נישטא וואס צו זארגן,
למעשה האלט איך אין איין באקומען בריווען פון אדוועקאטן אין ניו דזערסי אז זיי קענען מיר העלפן מיט'ן משפט *,
און זיי שרייבן במתק לשונם "זאלסט נישט מיינען אז פליען גילטי וועט נישט שאטן ווייל ס'איז א אנדערע סטעיט, נאר די פונקטן קען ווערן אריבער געפירט צום אייגענעם סטעיט, וכו' וכו בלא בלא בלא",
וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי, אדער איך קען פשוט באצאלן די $95 און פטור אן עסק.

* אגב, דאס איז די סיסטעם אין ניו דערסי, זיי געבן ארויס א רשימה פון אלע טיקעטס פון די אדוועקאטן, אין די אדוועקאטן שיקן בריוון צו די באטרעפענדע אז זיי קענען דיר העלפן,
איך האב שוין אמאל געהאט אזוי ווען איך בין געווען א פאסענדזיר אין א ווען וועלכע איז געווען פארמישט אין א קליינע פיצי עקסידענט, האב איך באקומען בריוון אין די צענדליגע פון אדוועקאטן וועלכע האבן אנגעבאטן מיר צו העלפן קלעימען אינשורנסץ


איך האב באקומען בערך 2 יאר צוריק א טיקעט אין נ"ז מיט 4 פוינטס און עס איז קיינמאל ארויף אויף מיין רעקארד
אין בעק פון די טיקעט שטייט אז נאר CDL גייט אריבער פוינטס

דא האסטו פון די DMV

If I get a ticket for a moving violation in another state, do I receive points on my NYS driver license?

The NYSDMV does not record out-of-state violations committed by NYS drivers in other jurisdictions. The exceptions are alcohol-related violations, drug-related violations, and moving violations committed in Quebec or Ontario. Under special agreements, traffic convictions in Quebec or Ontario are recorded on NYS driver license records and carry points. Except for violations in Ontario and Quebec, points are not added to your NYS record for out-of-state violations.

If you do not respond to a ticket or fail to pay a fine for a moving violation that you committed in any state except Alaska, California, Michigan, Montana, Oregon or Wisconsin, the DMV suspends your NYS driver license until you respond to the ticket or pay the fine. If a driver from a state except these six states fails to respond to a traffic ticket issued in NYS, their driver license will be suspended until the driver responds to the traffic ticket in NYS.

Drivers from other states must contact the DMV in their home state to get information about the effect of a traffic violation conviction that occurs in NYS.

If you receive a conviction for an alcohol-related or drug-related driving violation in any state, your NYS driver license is revoked for at least six months.1

שבת נובמבר 02, 2013 11:09 pm

ticket.JPG

מאנטאג נובמבר 04, 2013 4:08 pm

כ'האב געזעהן אז מען האט גערעדט דערפון שוין לאנג צוריק איבער בעטן א סופארטינג דעפאזישאן פון די טיקעט

געזעצליך מוז דער פאליס שיקן דעם סופארטינג דעפאזישאן אין די דרייסיג טעג וואס ס'ווערט פארלאנגט, אויב שיקט ער עס נישט ווערט די טיקעט דיסמיסט, און עפ"ר האט ער בעסערע דאגות און ער שיקט עס נישט

איך האב שוין ב"ה דיסמיסט אזוי עטליכע טיקעטס, די זעלבע האב איך געהערט פון אנדערע

געזעצליך קען דער פאליס איבערשרייבן די טיקעט אויפן פלאץ און געבן א סופארטינג דעפאזישאן, און סקעדשולען א נייע טרייעל, אבער געווענדליך ווען מען קומט קודם צו רעדן צום פראסיקיוטער און דער פאליס קומט נאר אויב ס'גייט צו טרייעל, ווערט עס דיסמיסט

מאנטאג נובמבר 04, 2013 5:33 pm

א סופארטינג דיפאזישן איז אייביג גוט צו בעטן ווייל פאר קראס עקזעם קען זיך דער אפיציר אלס פארשטאלפערן. אבער: סטעיט פאליס אין נ.י. געט עס שוין גלייך אויפן פלאץ ביי א ספידינג טיקעט. אין נ.זשערסי מאכט נישט אויס ווייל עס סייווי א קארופטירטער סיסטעם וואס שטינקט פון קאפ
שרייב א תגובה

Advertisement