קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'
מאנטאג יולי 22, 2013 7:38 pm
באקומע א טיקעט אין מאנהעטן דעם זונטאג.
דער פאליציאנט שרייבט אז איך האב געפארקט אין א נאו סטענדינג עניטיים זאון אבער אויף די טאוולעך שטייט אז 'עקסעפט סאנדעיס'.
איז דא ערגעץ ווי איך קען נאכקוקן אנליין אויב איך האב געמעגט דארט פארקן? (איך האב געכאפט בילדער צו פראוון מיין אינאסענס אבער איך זוך א לינק צו א שטאטישע סייט).
תודה רבה
Advertisement
מאנטאג יולי 22, 2013 7:44 pm
מאנטאג יולי 22, 2013 8:19 pm
יי"כ מצוה לפרסם
אבער דאס איז נאר ווי עס איז נאר איין סארט טאוועל אז עס טוישט זיך הייבט זיך שוין א פרישע געשעפט וויפיל פוס פון ווינק
מאנטאג יולי 22, 2013 10:37 pm
דארט שטייט איעדע סיין און ביי וויפיל פוס ס'יז אויפן בלאק.
דינסטאג יולי 23, 2013 10:12 am
פליגל האט געשריבן:דארט שטייט איעדע סיין און ביי וויפיל פוס ס'יז אויפן בלאק.
דאס האב איך געמיינט!
ווי אזוי וועט עס דיר העלפען ביי א HEARING ?
עדות וואס האבען אפגעמאסטען?
א SURVEY פון דעם אדרעס וואס שטייט אויף דעם טיקעט ?
מיטוואך יולי 31, 2013 2:24 pm
דאס האב איך געשריבן אין אמ"ג
כ'האב דיר דאך געזאגט אז ס'נישט מעגליך!!! שרייט מיך מיין חבר אן,
סאיז געווען אנהייב זומער ווען כ'האב מיר שואל עצה געווען מיט מיין חבר צו איך זאל נעמען א קאר פאר'ן זומער,
ער האט מיר זייער אפגערעדט דערפין וועגען ס'איז שווער צו פארקען אין דעי אלע טיקעטס וואס מען באקימט, אין סעניש מעגליך צו האבען א קאר אין נישט באקימען א טיקעט,
איך האב אבער געהאלטען אז זימער איז גרינגער מיט פארקינג, אין ב"ה כ'האב טאקע נישט באקימען קיין טיקעטס.
אבער נעכטען האט דאס פאסירט!
בינעך פויל געווען צו וואקען און שול אין אזויווי כאדאך סייווי געדארפט ארויסריקען די קאר וועגען אלטערטנערסייט בינעך שוין צוגעפארען צום שול, אין מ'דריי מיר זיך איין אויף ראדני אין מ'קוקט ימין ושמאל אבער אלעס איז פיל. אין פליצלינג זעה איך פין דערווייטענס אז איינער ריקט זיך ארויס אין מ'פארט שנעל אהין מ'ריקט זיך אריין צווישען צוויי קאר'ס אין היידא וידבר, אין איך קום ארויס נאך מנחה ס'ווערט מיר שווארץ (כ'מיין צו זאגען אראנזש) פאר די אויגען א טיקעט אינטער די ווייפערס! אין איך קוק מיר ארום יא ס'דא א סיין אינטער א בוים no parking fire zone, דאנט ווארי מיין שכן האט אויך באקימען,
בעקיצער טייערע חברים וואס טוה איך נעקסט? מען קען דאס פייטען?
לעצט פאראכטן דורך
גיכער אום מיטוואך יולי 31, 2013 2:27 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יולי 31, 2013 2:26 pm
מיין מינדי איז בלאו און אין מיין טיקעט שטייט שווארץ, סקען העלפען?
מיטוואך יולי 31, 2013 2:34 pm
קאליר איז נישט א פאקטאר צי דיסמיססען.
אפשר איז דא נאך טעותים דארט?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:09 pm
באקומען א ספידינג טיקעט אין די מאונטענס route 17 exit 113 - mamakating township . ווער איז א גוטע לאיער דארט ?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:37 pm
באקימען פאר צוויי וואכען צירוק א סטאפ סיין טיקעט אין ב"פ,
ווילאנג דארף נעמען ביז עס גייט ארויף אויפן סיסטעם אז מען זאל קענענן פליען דערויף נאון גילטי?
וויבאלד איך זע אז עס איז שוין אדורוך צוויי וואכען אז עס איז נאך נישט אויפן סיסטעם וויל איך זיי נישט אריינשיקען די פעפער קאפי, איז נערמאל עס זאל נעמען אזוי לאנג?
נעקסט..איז דא עפעס אויסזיכטען עס זאל ווערן א עקוויפמענט אדער פארקינג טיקעט?
דארף מען נעמען א לויער? אויב יא, ווער איז גוט?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:44 pm
עס קען נעמען לאנג ביז ס'קומט ארויף מצד דעם פאליסמאן, דו ברויכסט דאס טעקן איעדן טאג אולי קומט דאס ארויף.
אין די סיטי קען מען ניט פארהאנדלען ווי אין אפסטעיט.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:47 pm
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין קארט, וואס איז די מהלך אין קארט, די פאליסמאן קימט אראפ? עס איז דא א פראסקיוטער? עס איז דא א טרייעל? דארף מען פליען גילטי וחסל?! איז דא א בענפיט פון פליען נאון גילטי?
קען א לויער העלפן? איז דא א גיטע לויער דערפאר?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:10 pm
דער פאליסמאן קומט אראפ און איז דער וואס לייגט פאר די פארלעצונג, א לויער קען אמאל יא און אמאל נישט אויפטוהן.
דו מוזט היצט פלידען וואס דו באגערסט, פאר גילטי ברויכסטו פשוט אריינשיקן די געלט און אויטאמאטיש ווערט'ס גילטי. פאר נאט-גילטי איז ראטזאם דאס היצט צי טוהן, און וועסט באקומען א קאורט דעיט.
א לויער קען אויפטוהן און קען אויך פארלירן.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:12 pm
מען קען נישט פארהאנדלען פאר קלענער? און אויב דער פאליסמאן קימט נישט אראפ?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:16 pm
מ'קעניש פארהאנדלען פאר קלענער אין די סיטי (די גאנצע פארהאנדלונגען זענען נאר גוט אין די קליינע שטעטלעך).
אויב דער פאליסמאן קומט נישט אראפ איז דא אמאל וואס עס ווערט דיסמיסט און אמאל נישט, כ'דענק נישט די חילוק.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:30 pm
פליגל האט געשריבן:אויב דער פאליסמאן קומט נישט אראפ איז דא אמאל וואס עס ווערט דיסמיסט און אמאל נישט, כ'דענק נישט די חילוק.
אפשר ווענט זיך צו מען איז א חרידישער איד און מען מאכט מצ״ב?!
הכלל, איז דא לויער׳ס וואס נעמען קעיר פון די זאכען?
לוינט זיך צו נעמען א לויער און צאלען לויער געלט פאר א סטאפ סיין טיקעט?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:37 pm
א סטאפ סיין איז 2 פוינטס, עס לוינט זיך צי נעמען א לויער, אויף אזויפיל אז דו ווייסט האסט פרובירט. דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אפגעקומען מיט שרעק.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:42 pm
איך וואלט נישט גענומען א לויער. מער טשאנסן אז דו וועסט נישט געווינען. געווינען וועט די סיטי און דיין לויער, זיי ארבעטן צוזאמען לטובת די עקענאמיע. זיי ביידע לאכן אלל די וועי צום באנק
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:44 pm
רגע. דאס אלעס זאג איך אויב דיין לייסענס איז קליען. 2 פוינטס מאכט נישט אזוי סאך אויס. איך האב באצאלט א טיקעט 18 חדשים צוריק און באקומען 2 פוינטס, מיין אינשורענס איז בכלל נישט ארויף. און אפילו די אינשורענס זאל יא ארויפגיין אביסעלע לוינט זיך נאך אלץ נישט צו צאלן 400 פאר א לויער און נאכדעם די טיקעט שטראף...!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:47 pm
פריי זיך, זאגסט דברים של טעם,
איז דא עפעס ״היימישע״ לויערס אדער אנגעטן פאר לויערס וואס קענענן זיך מיט אזעלכע זאכען? (פאר נישט צו טייער... )
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:49 pm
ס'דא היימישע אידן וואס דיעלן מיט לויערס. כ'ווייס נישט צו ס'דא היימישע לויערס
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:56 pm
וואס איז זייער נאמען און זייער טעלפאון נומבער?
האט איינער עני עקספיריענס מיט א לויער אדער א אגענט פון א לויער?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:24 pm
ר' מתתי' וואלפבערג נ"י א לויער וואס איז היינט א חסידישער איד ספעצלעזירט זיך אין TRAFFIC LAW
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:21 pm
שכוח, אבער זיין וועבסייט אויס ווי עס איז מער פאר די ארומיגע שטעט ווי פאר די געענטשטע ניו יארק סיטי.
מאנטאג ספטמבר 02, 2013 11:07 am
יונה ווייסמאן, געווען אמאל דא אדווערטייזד און איך מיין אז אויך אין די מי מנוחות
917-202-1120
זאג אים אז דו האסט געזען די נומער אויף אייוועלט
--
געוואלד געשריגן, דאס קען זיין גוט פאר דיר אויך